בלימעלע איז אַמאָל געווען אַ צוכט בײַ איר מאַמען, דער עיקר, ווען מ’האָט זי אויסגעקליידט אין איר געבלימלט קליידעלע און געהייסן אויסזינגען איר באַליבט לידעלע וואָס די באָבע האָט זי אויסגעלערנט. און, אַז מ’האָט זיך שטאַרק אײַנגעבעטן בײַ איר, האָט זי אַלע צוליב געטאָן, פֿאַרשאַרט זיך די אַרבעלעך אַזש ביז די עלנבויגן, פֿאַרצויגן דאָס קליינע נעזעלע און זיך ערנסט גענומען צום טופּען מיטן פֿיסעלע:
אײַזיק מזיק און משה קאַפּויער,
דרעמלען ביידע האַרט בײַם טויער,
נעמט דער האָן און גיט אַ קרײַ,
וועקט ער אויף דעם פּאָפּוגײַ,
ווערט אַ טומל אַ געשרײ.
און דאָס מײַזעלע אין הויף
גיט אַ קוויטש — “אַנו שטייט אויף!”
ביז דאָס הינטל גיט אַ ביל
מאַכט אַ סוף צום גאַנצן שפּיל.
אַלע האָבן געקוואָלן מיט איר צוזאַמען, און אײַנגעשטימט, אַז:
„דאָס בלימעלע האָט טאַקע אַ זיס שטימעלע,” אַזוי האָט געזאָגט די באָבע און זיך געווישט די הענט אין רויטן פֿאַרטעך.
„אונדזער בלימעלע איז געראָטן אויף אַלע נאָטן.” האָט געזאָגט דער זיידע און גענומען אַ שמעק טאַבעקע.
דערווײַל איז בלימעלע געוואַקסן ווי אַ סנאָפּ, הויך און געטאָקט, בחורים האָבן אָפּגעהאַקט איר שוועל, אפֿשר וועט זי איינעם פֿון זיי באַגליקן. און פֿון זיי אַלע האָט זי אויסגעקליבן לייבלען, ער האָט פֿאַרמאָגט אַן אייגענע דעה, איר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז ער איז באַלעזן, טראָגט זיך אַלעמאָל אַרום פֿאַרשמײַעט מיט אַ בוך אונטערן אָרעם. אין דער אמתן איז לייבל געווען אַרײַנגעטאָן אין אויסבילדונג. האָט זיך בלימעלע אויך אויסגעשולט. ער איז געוואָרן אַ דאָקטער און זי אַן אַפּטייקערין.
זי האָט פֿאַרגעדענקט דעם גאַנצן אינווענטאַר פֿון רפֿואות אויף אויסנווייניק; מעדיצין איז געוואָרן איר צווייטע נאַטור. אין שלאָף האָט זי געקענט אויסרעכענען, וועלכער מעדיקאַמענט טויג פֿאַר אַ פֿאַרקילונג, וועלכער פֿאַר אַ מאָגן־געשוויר און אַפֿילו געוווּסט וואָס טויג פֿאַר אַ נירן־ אָנצינדונג. לייבל, איר מאַן, האָט געפֿירט דאָס רעדל, אָבער בלימעלע איז געווען דער מאָטאָר.
פֿליִען די יאָרעלעך פֿאַרבײַ, הײַנט איז זי שוין אויס בלימעלע, הײַנט איז זי שוין פּראָסט און פּשוט בלומע. די קינדער אויסגעגעבן, די אייניקלעך פֿאַרזאָרגט און בלומע האַלט אין איין קוועלן און קלײַבן נחת. נעמט בלומעס לייבל, דווקא בײַם שפּראָץ אויף טאָג, ווען די בלומען זײַנען געשטאַנען באַגאָסן מיט וועסנע, און שטאַרבט אַוועק.
בלומעס מאָטאָר האָט זיך גענומען אײַנברעכן. זי האָט זיך געכאַפּט, אַז זי איז געבליבן ווי אַ קאָלעק, איינינקע אַליין. די קינדער מיט די אייניקלעך פֿאַרמאָגן אייגענע מאָטאָרן וואָס רודערן אָן אָפּשטעל, נישטאָ קיין צײַט אומצוקוקן זיך אויף דער באָבעס האַלב אויסגעברענטן מאָטאָר וואָס דער בעסטער מעכאַניקער קען נישט פֿאַרריכטן.
און ווען בלומע רעדט מיט אַ מענטשן, פֿעלן איר אויס ווערטער, פּשוטע ווערטער, טאָג־טעגלעכע ווערטער. זיי ווערן נישט מיר־נישט־דיר פֿאַרפֿאַלן ערגעץ אין אַ טונקעלן תּהום און דער זאַץ בלײַבט געלעכערט. זי שטעלט אָפּ דעם שמועס און טראַכט: ווי האָט געהייסן דער מעדיקאַמענט וואָס האָט געטויגט צו אַ לונגען־אָנצינדונג? אָדער, וועמען האָט זי נעכטן דערציילט די מעשׂה מיטן זונס גרויסן געווינס אין לאַס־וועגאַס?
דאָס דאָקוטשעט בלומען און דערגייט איר די יאָרן. זי געדענקט דאָך אַזוי בולט איר מאַמעס אויסגענייטן טישטעך, די רײַזע אַרום די טויזנט אינדזלען אין קאַנאַדע, זאָל זי גלאַט נישט געדענקען וואָס זי האָט געטאָן נעכטן?
דער עיקר, די וועלט גייט נישט אונטער, טראַכט זי, אויב אַ וואָרט פֿאַרבלאָנדזשעט ערגעץ־וווּ און קען נישט געפֿינען דעם וועג צוריק, לאַכט מען זיך אויס, ווײַל זי געדענקט ביזן הײַנטיקן טאָג דאָס לידעלע וואָס זי האָט אַמאָל געזונגען ווען זי האָט נאָך געהייסן בלימעלע. ווי איז עס געגאַנגען:
אײַזיק מזיק און משה קאָפּויער,
דרעמלען ביידע האַרט בײַם טויער,
נעמט דער האָן און גיט אַ קרײַ,
וועקט ער אויף דעם פּאָפּוגײַ,
ווערט אַ טומל, אַ געשרײ.
און דאָס מײַזעלע אין הויף,
גיט אַ קוויטש: “אַנו, שטייט אויף!”
ביז דאָס הינטל גיט אַ ביל,
מאַכט אַ סוף צום גאַנצן שפּיל.
„אוי יאָ!” האָט זי פּלוצעם אויסגעשריגן, „דער מעדיקאַמענט האָט געהייסן ׳אַנטיביאָטיק׳.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.