מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט די וועבזײַט „אינטערנעץ-קאַטאַלאָג פֿון עקזאָפּלאַנעטן, וווּ ס׳איז מעגלעך צו לעבן” איבערגעגעבן, אַז אינעם טיפֿן קאָסמאָס זענען פֿאַראַן לכל־הפּחות זיבן פּלאַנעטן, וווּ די סבֿיבֿה איז גענוג ענלעך צו אונדזער ערד, וואָס שײַך דער טעמפּעראַטור, גראַוויטאַציע און אַנדערע אומשטענדן. אויף דעם הײַנטיקן טאָג זענען אינעם קאַטאַלאָג פֿאַראַן פֿינף קלאָר־באַשטעטיקטע פּלאַנעטן פֿון אַזאַ מין. אין נאָך פֿיר פֿאַלן האָט מען נאָך נישט באַשטעטיקט, צי די פּלאַנעט גופֿא עקזיסטירט, אָבער אויב יאָ, געפֿינט זי זיך אין דער „לעבעדיקער” זאָנע. דער מצבֿ אין נאָך 30 פֿאַלן איז נאָך נישט באַשטעטיקט.
אַחוץ דעם, ווערן אויף דער וועבײַט דערמאָנט 30 מעגלעכע לבֿנות, וווּ מע וואָלט, טעאָרעטיש, געקאָנט לעבן. דערווײַל האָט מען נאָך קיינמאָל נישט באַשטעטיקט אַ לבֿנה, וואָס דרייט זיך אַרום אַ פּלאַנעט אין אַן אַנדער שטערן-סיסטעם. די טעכנאָלאָגיע פֿון אַסטראָנאָמישע מכשירים אַנטוויקלט זיך אָבער כּסדר, פֿון יאָר צו יאָר, און וועט, מסתּמא, דערמעגלעכן צו געפֿינען אַזעלכע „עקזאָ־לבֿנות” אין דער נאָענטער צוקונפֿט.
אין אונדזער זון-סיסטעם זענען פֿאַראַן עטלעכע גענוג-גרויסע לבֿנון אַרום יופּיטער, סאַטורן און נעפּטון, וווּ די סבֿיבֿה וואָלט געקאָנט זײַן ענלעך צו דער ערד, אויב נישט די גאָר קאַלטע טעמפּעראַטור צוליב דער ווײַטער דיסטאַנץ פֿון דער זון. די שאַפֿער פֿון דער דערמאָנטער וועבזײַט האָבן זיך פֿאַרלאָזט אויף דער סבֿרא, אַז 30 ענלעכע גרויסע לבֿנות קאָנען עקזיסטירן אויך אַרום די ריזיקע פּלאַנעטן אין אַנדערע שטערן-סיסטעמען, וווּ די טעמפּעראַטור וואָלט געדאַרפֿט גענוג פֿרײַנדלעך פֿאַר לעבעדיקע באַשעפֿענישן.
ס׳רובֿ פֿון די פּלאַנעטן אין דער רשימה געפֿינט זיך רעלאַטיוו נאָענט צו אונדז — למשל, אַרום דעם שטערן „טאַו צעטי”, אויף אַ מהלך פֿון בערך 12 ליכט-יאָר, הגם דאָס איז נאָך נישט באַשטעטיקט אויף זיכער. דער וועב-קאַטאַלאָג געפֿינט זיך אָט דאָ:
//phl.upr.edu/projects/habitable-exoplanets-catalog
בסך־הכּל, זענען שוין באַשטעטיקט געוואָרן 865 פּלאַנעטן אין אַנדערע שטערן-סיסטעמען. על-פּי־רובֿ זענען זיי גאַנץ עקזאָטישע. למשל, די פּלאַנעט ”WASP-12b” דרייט זיך זייער נאָענט צו דעם שטערן. אַ גאַנץ יאָר פֿאַרנעמט דאָרטן בלויז איין אונדזער טאָג. בעצם, איז עס נישט אַ פּלאַנעט אינעם געוויינטלעכן זין, נאָר אַ געפֿערלעך הייסער — איבער 6,000 צעלסיוס־גראַד — באַלעם פֿון צעשמאָלצענע מאַטעריאַלן. עס זענען דאָ ראַיות, אַגבֿ, אַז אַרום דעם דאָזיקן פּלאַנעט דרייט זיך אַ לבֿנה — אויך אַ געפֿערלעך הייסע.
אַחוץ די באַשטעטיקטע עקזאָפּלאַנעטן, זענען באַקאַנט נאָך כּמעט 3,000 נישט באַשטעטיקטע קאַנדידאַטן. די רשימה וואַקסט כּסדר. אין עטלעכע פֿאַלן האָט זיך שוין אײַנגעגעבן צו באַקומען אַ דירעקטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַן עקזאָפּלאַנעט. אין דער אינטערנעץ-ענציקלאָפּעדיע פֿון עקזאָפּלאַנעטן, געגרינדעט אינעם יאָר 1995 דורך דער פּאַריזער אָבסערוואַטאָריע, איז פֿאַראַן אַ סך אינפֿאָרמאָציע וועגן דער דאָזיקער טעמע:
//exoplanet.eu
אין אַ סך לערן-ביכער פֿאַר קינדער ווערן נאָך אַלץ דערמאָנט בלויז די באַקאַנטע פּלאַנעטן פֿון אונדזער זון-סיסטעם. אַדרבה, די אַסטראָנאָמען האָבן „געפּסקנט” מיט עטלעכע יאָר צוריק, אַז פּלוטאָן איז צו קליין און דעריבער פֿאַרדינט נישט פֿאַררעכנט צו ווערן אין דער הויפּט-רשימה, דערפֿאַר לערנט מען הײַנט אין די שולן בלויז וועגן 9 פּלאַנעטן.
ס׳איז אָבער וויכטיק צו דערציילן אַ קינד, אַז אינעם ווײַטן קאָסמאָס זענען פֿאַראַן אַ סך אַנדערע פּלאַנעט-סיסטעמען — אַ טייל גענוג-ענלעכע צו אונדזער זון-סבֿיבֿה, און אַ סך עקזאָטישע. די דאָזיקע ידיעה העלפֿט צו אַנטוויקלען פֿאַנטאַזיע און אַ ברייטערע פּערספּעקטיוו פֿון דער נאַטור.
אינעם יאָר 2001 האָט דער פּראָגראַמיסט קריס לאָרעל געשאַפֿן די ערשטע ווערסיע פֿון דער וווּנדערלעכער אומזיסטער פּראָגראַם ״Celestia״, וועלכע דערמעגלעכט זיך צו לאָזן אין אַ רעאַליסטישער ווירטועלער נסיעה איבער דעם קאָסמאָס. אַחוץ איבער 100,000 שטערן, ווערן דאָרטן געוויזן אויך אַ סך אַנדערע קאָסמישע אָביעקטן, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל באַקאַנטע קינסטלעכע סאַטעליטן, אַסטעראָיִדן און קאָמעטן. מיט דער הילף פֿון דער דאָזיקער פּראָגראַם, קאָן מען „אַרויספֿליִען‟ אין אַן אַנדער טייל פֿון דער גאַלאַקטיק און זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי דער הימל זעט אויס פֿון דאָרטן. מע קאָן אויך אָבסערווירן די באַוועגונגען פֿון קאָסמישע אָביעקטן אין אַ רעאַלן אָדער פֿאַרגיכערטן טעמפּ.
אין ״Celestia״ זענען שוין אַרײַן נישט ווייניק עקזאָפּלאַנעטן. די באַנוצער פֿון דער פּראָגראַם קאָנען אויך צוגעבן זייערע אייגענע רשימות פֿון אָביעקטן און אויסטראַכטן, ווי אַזוי זיי זעען אויס פֿון אַ נאָענטער דיסטאַנץ. די ליבהאָבער פֿון דער דאָזיקער פּראָגראַם האָבן שוין געשאַפֿן אַ ריזיקע אינפֿאָרמאַציע-באַזע מיט כּלערליי פּרטים. אויף טשיקאַוועס, האָבן זיי אויך צוגעגעבן אויסגעטראַכטע אוניווערסן פֿון פּאָפּולערע פֿאַנטאַסטישע קינאָ־סעריעס און שפּילערײַען. ״Celestia״ ציט צו אַ סך מענטשן מיט אַ פּראָגראַמיסטישער אָדער וויסנשאַפֿטלעכער בילדונג, וועלכע פֿאַרברייטערן זי אויף אַ גאָר פּראָפֿעסיאָנעלן אופֿן. מע קאָן אַראָפּלאָדן די פּראָגראַם און הוספֿה-מאַטעריאַלן אָט דאָ:
www.shatters.net/celestia
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.