ווי גרויס איז הײַנט די ייִדיש-וועלט? איך מיין דערמיט די וועלט, וואָס לייענט “וועלטלעך” ייִדיש (דעם “פֿאָרווערטס”), ווײַזט אַרויס אַן אינטערעס צו ייִדישער קולטור, ליטעראַטור וכ’. לויט מײַן אָפּשאַצונג, עטלעכע טויזנט נפֿשות אין דער גאָרער וועלט. ס’איז דאָ אויך אַ גרויסע צאָל לײַט, וואָס האָבן ליב ייִדיש, אָבער זייער ליבע איז פּלאַטאָניש אָדער כּמעט פּלאַטאָניש. זיי געהערן ניט צו דעם קלוב פֿון לייענער פֿון ייִדיש, גייען ניט אויף אונטערנעמונגען, וועלכע ווערן דורכגעפֿירט אויף ייִדיש. זיי האָבן ליב צו רעדן וועגן דער “אויפֿלעבונג” פֿון ייִדיש, מישטיינס געזאָגט.
איך זע בולט די “אויפֿלעבונג” אין מײַנע אוניווערסיטעט-קלאַסן. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך נאָך געהאַט סטודענטן, וועלכע פֿלעגן לכל-הפּחות רעאַגירן אויף אַזעלכע נעמען ווי שלום-עליכם און יצחק באַשעוויס-זינגער. הײַנט האָבן זיי בדרך-כּל קיין אַנונג ניט, מיט וואָס צו אַסאָציִיִרן אָט די דאָזיקע נעמען. באַזונדערס טיילן זיך אויס די תּלמידים פֿון ייִדישע טאָג-שולן. ווי איך פֿאַרשטיי, ווערט ניט דאָס “מיאוס” וואָרט “ייִדיש” אַפֿילו דערמאָנט אין זייער פּראָגראַם. אין דעם סאַמע בעסטן פֿאַל קען מען פֿון אַזעלכע תּלמידים דערוואַרטן כאָטש עפּעס אַן אינטערעס צו ייִדיש, צו ייִדיש-אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער געשיכטע און קולטור, צו דער געשיכטע און קולטור בכלל.
עס וואָלט געווען אויך אינטערעסאַנט דורכצופֿירן אַ פֿאָרשונג: וויפֿל און וואָס ווערט געשריבן אין דער הײַנטיקער ענגליש-שפּראַכיקער פּרעסע וועגן ייִדיש און ייִדישער קולטור? איך גלייב ניט, אַז עפּעס ממשותדיקס וואָלט זיך אויסגעזוכט. אַז אַפֿילו אין דעם ענגלישן Forward ווערט וועגן דעם גערעדט זייער “האָמעאָפּאַטיש”, כּדי חלילה ניט אָפּסמען דעם לייענער מיט “צו פֿיל ייִדיש”.
איך ווייס ניט, צי צוליב אַזאַ קלימאַט, וואָס עקזיסטירט פֿאַר ייִדיש, צי צוליב גאָר אַנדערע סיבות, פֿאַרמאָגט די אַמעריקאַנער אַקאַדעמישע וועלט כּמעט ניט קיין שפּראַכקענער, וואָס באַשעפֿטיקן זיך ערנסט מיט ייִדיש. ערנסט, מיין איך צו פֿאָרשן און דרוקן רעזולטאַטן פֿון זייער פֿאָרשונג. צו מאָל זעט מען גאָר פּאַראַדאָקסאַלע, אויב ניט צו זאָגן טראַגי-קאָמישע, זאַכן: אַן אַמעריקאַנער שפּראַכקענער פֿאָרט ערגעץ קיין מיזרח-אייראָפּע, כּדי אויסצוזוכן דאָרט אַן אַלטן ייִדן צי אַ ייִדענע און פֿאַרשרײַבן די “אויטענטישע שפּראַך פֿון אַ מאָל”.
גלײַכצײַטיק וויל מען ניט בשום-אופֿן האָבן צו טאָן מיט די צענדליקער טויזנטער ייִדיש-רעדנדיקע לײַט אין אַמעריקע. ס’איז באַוווּסט, אַ שטייגער, אַז בלויז אין ניו-יאָרק וווינען הײַנטיקע טעג ניט ווייניקער פֿון 85 טויזנט לײַט, וואָס רעדן ייִדיש אין דער היים. אַזאַ צאָל ווײַזט אָן די אַמעריקאַנער אַגענץ, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט פֿאָלקסציילונגען. עס ווילט זיך ניט דעם שפּראַכקענער בלײַבן שטעקן אין ניו-יאָרק? קען מען זיך אַרײַנכאַפּן קיין לאָנדאָן, וווּ אין דער געגנט פֿון העקני (ווי עס ווײַזט די סטאַטיסטיק) וווינען גאָר ניט ווייניק ייִדיש-רעדנדיקע חסידים. דערווײַל, אָבער, באַשעפֿטיקט זיך קיינער ניט מיט אַזעלכע זאַכן, סײַדן עס באַווײַזט זיך עפּעס אויף אָט דער טעמע, ווי אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון אַנטראָפּאָלאָגישע פֿאָרשונגען.
***
אויף אָט דעם ניט קיין פֿריילעכן פֿאָן האָט מיך שטאַרק דערפֿרייט דאָס בוך פֿון שׂרה בונין בענאָר: “ווערנדיק פֿרום”. ס´איז בכלל אַ בוך, וואָס מאַכט קליגער, בפֿרט אַזעלכע ווי איך, “וועלטלעכע”, וואָס האָבן זייער אַ שוואַכן קאָנטאַקט מיט דער פֿרומער וועלט. מײַן עצה איז — לייענט עס! די פֿאָרשונג, וואָס די מחברין (אַן ערנסטע געלערנטע) האָט דורכגעפֿירט, ווײַזט אויך, צי אַפֿילו קודם-כּל, ווי אַזוי די פֿרומע סבֿיבֿה דערוואַרט פֿון אירע נײַ-ווערנדיקע מיטגלידער, די “בעל-תּשובֿות”, זיי זאָלן בײַטן זייער שפּראַך, “פֿאַרייִדישן” זי, נאָכמאַכנדיק דאָס לשון פֿון די “פֿרום-געבוירענע” ייִדן. טיילווײַז — אויסצורעדן אייניקע ווערטער לויטן אַשכּנזישן נוסח און טיילווײַז מיינט עס אַרײַנצונעמען אַ ביסל “ייִדישע גראַמאַטיק” (און אויך פֿאָנעטיק) אין זייער ענגלישער שפּראַך. למשל:
Are you eating by Rabbi Fischer? I’ll stay by them.
You want that I should come?
דאָס בוך באַרירט ניט דעם חרדישן עולם, וווּ ייִדיש ווערט גערעדט טאָג-טעגלעך. די רייד גייט וועגן די פֿרומע, אַרײַנגערעכנט די “שוואַרצע היט”, אָבער דאָס איז, בדרך-כּלל, ניט דער ייִדיש-רעדנדיקער קאָנטינגענט. ייִדיש ווירצלט נאָר צו זייער ענגליש, מאַכט ווייכער די “גוייִשקייט” פֿון דער שפּראַך. אַזוי אַז וואָס שייך דער ייִדיש-רעדנדיקער סבֿיבֿה, וועלן מיר מוזן נאָך צוּוואַרטן.
אַגבֿ, שׂרה בונין בענאָרס בוך האָב איך געלייענט פֿאָרנדיק אין סאָבוויי. געדויערט האָט עס עטלעכע סטאַנציעס, און בעת דער סאַמע לעצטער סטאַנציע, ווען איך האָב שוין פֿאַרמאַכט דאָס בוך, האָב איך פּלוצעם דערהערט פֿון דער יונגער פֿרוי, וואָס איז געזעסן לעבן מיר: “ווי איז עס אײַך געפֿעלן געוואָרן? מײַן ברודער לייענט עס איצט.” האָב איך איר געזאָגט, אַז איך האָב געהאַט הנאה פֿונעם לייענען.
און זי האָט מיר דערציילט איר מעשׂה: זי איז איינע פֿון די זעקס קינדער אין אַ פֿרום-קאַטוילישער משפּחה. איינער פֿון אירע ברידער האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ ייִדיש מיידל און זיי האָבן חתונה געהאַט. צוליב דער אַרבעט, האָבן זיי פֿאַרבראַכט עפּעס אַ צײַט אין אייראָפּע, אין לוקסעמבורג, וווּ דער היגער ליובאַוויטשער שליח איז געווען אַזוי איבערצײַגעוודיק, אַז דער ברודער האָט זיך מגייר געווען. איצט איז ער אַ פֿרומער ייִד, כאָטש זײַן ייִדישע פֿרוי איז פֿאַרבליבן, אין תּוך אַרײַן, אַ וועלטלעכע.
האָב איך געפֿרעגט בײַ דער שוועסטער פֿונעם “נײַעם” ייִדן, ווי אַזוי אירע עלטערן באַציִען זיך צום ברודערס ייִדישקייט. האָט זי געזאָגט אַז זייער פּאָזיטיוו. איך ווייס ניט, צי איר ברודער רעדט איצט אַנדערש, צי זײַן ענגליש איז באַרײַכערט געוואָרן מיט ייִדיש — אונדזער שמועס האָט זיך איבערגעריסן, ווײַל סײַ איך סײַ זי האָבן שוין געמוזט אַרויסגיין פֿון דער באַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.