(ייִט״אַ). — די בולגאַרישע זיכערהייט־כּוחות האָבן פֿרײַטיק באַפֿוילן אַ גרופּע „כאַמאַס‟־באַאַמטע, בעת אַ באַזוך אין סאָפֿיע, צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.
לויט דער פּאַלעסטינער נײַעס־אַגענטור „מאַאַן‟, זענען די דרײַ דעלעגאַטן פֿון דער פּאַרטיי „איסמאַיִל אַל־אַשקאַר‟ אַרויסגעפֿאָרן פֿון בולגאַריע באַלד נאָכן באַפֿעל.
די דרײַ מענער זענען אָנגעקומען אין לאַנד דעם 13טן פֿעברואַר אויף אַ פֿינף־טאָגיקן וויזיט, ווי אַ באַווײַז פֿאַר דער וועלט, אַז אייראָפּע איז הײַנט גרייטער אויפֿצונעמען „כאַמאַס‟ ווי פֿריִער, האָט „מאַאַן‟ געשריבן. אין בולגאַריע און די אַנדערע לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד ווערט „כאַמאַס‟ באַצייכנט ווי אַ טעראָריסטישע גרופּע.
לויט דער דערקלערונג פֿון „כאַמאַס‟, זענען די מענער אַרײַן אין בולגאַריע דורך „אָפֿיציעלע‟ קאַנאַלן, אָבער אַ וואָרטזאָגער פֿון דער בולגאַרישער רעגירונג האָט באַטאָנט, אַז בולגאַריע האָט זיי נישט פֿאַרבעטן, און די דעלעגאַטן האָבן זיך נישט געטראָפֿן מיט קיין באַאַמטע פֿון דער בולגאַרישער רעגירונג.
„מאַאַן‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די „כאַמאַס‟־גרופּע איז פֿאַרבעטן געוואָרן דורך דעם בולגאַרישן „צענטער פֿאַר גלאָבאַלע און מיטל־מיזרחדיקע שטודיעס‟. דער הויפּט פֿונעם צענטער, מאָכאַמעד אַבו אַסי, האָט געזאָגט דער בולגאַרישער נײַעס־וועבזײַט „דנעווניק‟, אַז דער וויזיט האָט געזאָלט „פֿאַרבעסערן די רעפּוטאַציע פֿון בולגאַריע אין דער אַראַבישער וועלט‟, נאָך דעם ווי די בולגאַרישע רעגירונג „האָט זיך טועה געווען‟, דורך באַשולדיקן „כעזבאָלאַ‟ אינעם טעראָריסטישן אַטאַק אויף די ישׂראלדיקע טוריסטן אין בורגאַס, אין וועלכן זעקס מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן. „כעזבאָלאַ‟ לייקנט אָפּ די באַשולדיקונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.