די יערלעכע טרויער־אַקאַדעמיע האָט זיך הײַיאָר ווינציק וואָס אונטערגעשיידט פֿון דער פֿאַראַיאָריקער, וואָס קומט פֿאָר בײַם דענקמאָל לזיכּרון די קרבנות פֿון קעשענעווער געטאָ אויף דער ירושלימער גאַס; און דערנאָך ממשיך געווען אינעם ייִדישן קהילה־צענטער, וווּ עס האָבן וועגן דער דאַטע גערעדט די פֿאָרשטייער פֿון דער מאָלדאַווישער רעגירונג, אין שפּיץ מיט פּרעמיער־מיניסטער וולאַד פֿילאַט, אַמבאַסאַדאָרן פֿון ישׂראל, דײַטשלאַנד, פּוילן, פֿירער פֿון דער רעפּובליקאַנער ייִדישער קהילה.
די רייד האָבן זיך געביטן אויף טרויעריקע מוזיקאַלישע עפּיזאָדן, עס האָבן געקלונגען ייִדישע לידער, אויסגעפֿירט פֿון די זינגער מאַריוס לופּאַשקו און אַנזשעלאַ פּיכוט.
פֿון דעסטוועגן, האָט די הײַיאָריקע טרויער־אַקאַדעמיע אויסגעזען אַ ביסל אַנדערש. קודם־כּל, איז אינעם שטאָטישן רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער אויפֿגעפֿירט געוואָרן די באַקאַנטע פּיעסע פֿון יהושע סאָבאָל “די געטאָ”. אינעם פֿולגעפּאַקטן זאַל זײַנען געזעסן נישט נאָר ייִדן, אָבער די פֿאָרשטעלונג איז דורכגעגאַנגען מיט גרויס דערפֿאָלג.
און נאָך איין אַנדערשקייט — אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַראַיאָריקע אויפֿטריטן, האָט זיך געהערט מצד דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה אין מאָלדאָווע אַ שאַרפֿע קריטיק קעגן דער מאָלדאַווישער רעגירונג, וואָס האָט צוגעזאָגט אויפֿצושטעלן אַ מאָנומענט אין אָנדענק פֿון די פֿאַרפּײַניקטע און אומגעבראַכטע 300 טויזנט בעסאַראַבער ייִדן, און נאָך ביז הײַנט נישט צוגעלייגט צו דעם קיין פֿינגער. “ווי קאָן אַזוינס זײַן, — האָט געזאָגט אַלכּסנדר בילינקיס, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה, — אַז אין אַ ציוויליזירט לאַנד, ווי מאָלדאָווע, זאָל נישט זײַן קיין געזעץ, וואָס פֿאַרווערט צו פּראָפּאַגאַנדירן פֿאַשיזם, צו גלאָריפֿיצירן נאַציסטישע פֿאַרברעכערס און בכלל לייקענען דעם חורבן?! לאָמיר אויך דאָ דערמאָנען, אַז אין אַ לאַנד, וווּ עס זײַנען דערהרגעט און פֿאַרברענט געוואָרן הונדערטער טויזנטער ייִדן, איז נאָך ביז הײַנט ניטאָ קיין חורבן־מוזיי.”
בילינקיס האָט אויך אויסגעדריקט אַ פּראָטעסט, אין שײַכות דערמיט, אַז די מאַכט פֿאַרמאַכט די אויגן אויף דעם, “וואָס אין אייניקע שטעט פֿון מאָלדאָווע זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן מאָנומענטן און צייכנס לכּבֿוד די רומענישע פֿאַשיסטן, דער אָרגאַניזאַציע ׳אײַזערנע גוואַרדיע׳, — אַ מחנה מערדער, בראָש מיטן מאַרשאַל אַנטאָנעסקו. נאָך מער: עס איז צוגעטיילט געוואָרן אַ גאַס דער נאָמען פֿון דער רוצח.”
ווײַטער האָט בילינקיס דערמאָנט אַ צווייטע טראַגעדיע — די באַרבאַרישע דעפּאָרטאַציע פֿון די 4000 ייִדן, וועלכע זײַנען אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון זייערע היימען נאָך דעם, ווי מאָלדאַוויע איז צוקאָאָפּטירט געוואָרן צום ראַטן־פֿאַרבאַנד. “די רעגירונג מוז זאָרגן וועגן אויפֿשטעלן אַ מאָנומענט די קרבנות פֿון סטאַליניסטישן טעראָר!”.
דעם 7טן אַפּריל 2009 בעת די גאַסן־דעמאָנטראַציעס אין קעשענעוו איז אומגעקומען אַ יונגער־מאַן. לעצטנס האָט די רעגירונג אויסגעזוכט אַ מיליאָניקע סומע געלט אויפֿצושטעלן אַ מאָנומענט דער דאָזיקער שוואַרצער דאַטע; אָבער צו געפֿינען 250 טויזנט דאָלאַרן צו רעקאָנסטרויִרן דעם דענקמאָל לזיכּרון די איבער 15 טויזנט ייִדן, רוסן, מאָלדאָוואַנען, אוקראַיִנער, דערשאָסן אין די ערשטע מלחמה־טעג, געפֿינט זיך נישט.
בעת עס האָבן זיך געשריבן די שורות, איז אויפֿגעקומען נאָך איין פֿאַקט, וואָס באַשטעטיקט די טענות פֿון דער ייִדישער קהילה, דהײַנו: דער מאָלדאַווישער שרײַבער־פֿאַראיין האָט אַרויסגעשטעלט די קאַנדידאַטור פֿונעם שרײַבער פּאַולאַ גאָמאַ, וואָס האָט זיך קונה־שם געמאַכט מיט זײַנע אַנטיסעמיטישע אויפֿטריטן און געשיכטע־פֿאַלסיפֿיקאַציעס, צו באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז. גאָמאַ אַליין איז אַ פֿראַנצויזישער בירגער. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1935 אינעם בעסאַראַבער שטעטל אוריִעוו, אָבער ווען די סאָוועטן זײַנען געקומען, איז ער מיט די עלטערן אַנטלאָפֿן קיין פֿראַנקרײַך, וווּ ער לעבט איצט. פֿאַר וואָס זשע האָט דווקא אים דער מאָלדאַווישער שרײַבער־פֿאַראיין אַרויסגעשטעלט ווי אַ קאַנדידאַט צו באַקומען דעם בכּבֿודיקן פּרײַז? דער ענטפֿער איז אַ פּשוטער: גאָמאַ קעמפֿט קעגן קאָמוניזם; זײַן עסיי “די רויטע וואָך פֿון 28סטן יוני ביזן 3טן יולי, אָדער בעסאַראַביע און ייִדן” — איז אַ כּמו־היסטאָרישע אויספֿאָרשונג, פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרקריפּלונגען און שׂינאה צו ייִדן.
דער דאָזיקער פֿאַקט, ווי אויך דאָס צוטיילן דעם “גרויסן” שרײַבער דעם טיטל פֿון ערן־אײַנוווינער פֿון קעשענעוו, איז אַ קלאָרער באַווײַז, אַז דער אַנטיסעמיטיזם צווישן דער פּאָליטישער און קולטורעלער נאַציאָנאַלער עליט שטײַגט פֿון יאָר צו יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.