בריסל, בעלגיע. — אַכט באַוואָפֿנטע מענער אין מאַסקעס האָבן מאָנטיק, דעם 18טן פֿעברואַר, אײַנגעבראָכן אַ זיכערהייט־צוים בײַם אינטערנאַציאָנאַלן עראָפּאָרט אין בריסל, בעלגיע, אַרײַנגעפֿאָרן אויפֿן פֿליפֿעלד אין צוויי שוואַרצע אויטאָס, און צוגעגנבֿעט דימענטן אויף אַ סומע פֿון בערך 50 מיליאָן דאָלאַר פֿון אַ שווייצאַרישן עראָפּלאַן.
דינסטיק האָט די בעלגישע פּאָליציי איבערגעגעבן, אַז די רויבער האָט זיך אײַנגעגעבן דורכצופֿירן דעם פֿאַרברעכן אָן איין שאָס; קיינער האָט נישט געליטן. די גאַנצע מעשׂה איז פֿאָרגעקומען בלויז אין פֿינף מינוט און איז געווען מוראדיק קלוג אָרגאַניזירט; די פּאָליציי האָט נישט באַוויזן אָפּצושטעלן די פֿאַרברעכער.
אַניאַ ביניענס, אַ וואָרטזאָגערין בײַ דער בריסלער פּראָקוראַטור, האָט איבערגעגעבן, אַז די פֿאַרברעכער האָבן, צוערשט, געפּרוּווט זיך צו פֿאַרשטעלן פֿאַר פּאָליציאַנטן. זייערע אויטאָס זענען געווען אויסגעשטאַט מיט בלויע ליכט־סיגנאַלן אויף די דעכער. מאָנטיק בײַנאַכט, האָט די פּאָליציי געפֿונען איין אויסגעברענטן אויטאָ נישט ווײַט פֿונעם עראָפּאָרט. קאַראָלין דע וואָלף פֿונעם „אַנטווערפּענער וועלט־צענטער פֿון דימענטן‟ האָט געמאָלדן, אַז „עס גייט אַ רייד, פֿאַרשטייט זיך, וועגן אַ גיגאַנטישער סומע‟, וואָס די רויבער האָבן צוגעגנבֿעט.
ביזן לעצטנס, זענען די דימענט-געשעפֿטן אין אַנטווערפּן געווען פֿאַקטיש קאָנטראָלירט דורך אַ טייל אָרטיקע פֿרומע ייִדן, און דימענט־באַהאַנדלונג איז געווען אַ פּאָפּולערע פּרנסה אין דער קהילה. אין די לעצטע יאָרן אָבער, צוליב דער גלאָבאַליזאַציע, האָבן אַ סך פֿון זיי געמוזט זוכן אַן אַנדער אַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.