אַ רשימה פֿון נאַצי-באַגנבֿעטע ייִדן

List of Jews who lost their property to Nazis

דער דײַטשישער פֿינאַנץ-מיניסטער, וואָלפֿגאַנג שעובלע און יוליוס בערמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿון דער די „קאָנפֿערענץ פֿאַר ייִדישע מאַטעריעלע תּבֿיעות קעגן דײַטשלאַנד‟, חמתענען אַ נײַע ווערסיע פֿונעם קאָמפּענסאַציע-אָפּמאַך דעם 15טן נאָוועמבער אין בערלין
Getty Images
דער דײַטשישער פֿינאַנץ-מיניסטער, וואָלפֿגאַנג שעובלע און יוליוס בערמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿון דער די „קאָנפֿערענץ פֿאַר ייִדישע מאַטעריעלע תּבֿיעות קעגן דײַטשלאַנד‟, חמתענען אַ נײַע ווערסיע פֿונעם קאָמפּענסאַציע-אָפּמאַך דעם 15טן נאָוועמבער אין בערלין

Published February 19, 2013.

בערלין. — די „תּבֿיעות-קאָנפֿערענץ‟ האָט פּובליקירט אַ רשימה פֿון טויזנטער ייִדן, וועלכע האָבן געהאַט הײַזער אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם מיזרח-דײַטשלאַנד, וואָס די נאַציס האָבן בײַ זיי צוגענומען. די רשימה באַשטייט פֿון גענויע נעמען, שטעט און אַדרעסן, און געפֿינט זיך אויף דער אינטערנעץ אָט דאָ:

//forms.claimscon.org/LAF/LAF-Liste.pdf

אַלע געזעצלעכע יורשים פֿון די מענטשן אויף דער ליסטע וועלן קאָנען באַקומען אַ קאָמפּענסאַציע בײַ אַ ספּעציעלן פֿאָנד פֿון 50 מיליאָן יוראָ (בערך 70 מיליאָן דאָלאַר), וועלכער איז געשאַפֿן געוואָרן דורך דער „תּבֿיעות-קאָנפֿערענץ‟. אויף דער וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע ווערט דערקלערט, ווי אַזוי צו באַקומען די קאָמפּענסאַציע:

//www.claimscon.org/?url=LAF

שלמה גור, דער וויצע-פּרעזידענט פֿון דער „תּבֿיעות-קאָנפֿערענץ‟ אין ישׂראל, האָט איבערגעגעבן, אַז די יורשים דאַרפֿן בלויז אויספֿילן און אָפּשיקן אַ פּשוטע אינטערנעץ-אַנקעטע, אָנגעשריבן אויף ענגליש אָדער דײַטש. גור האָט צוגעגעבן, אַז די דאָזיקע איניציאַטיוו וועט העלפֿן צו פֿאַרענדיקן דעם לאַנגן סיכסוך אַרום די קאָמפּענסאַציעס, וועלכער האָט אַרויסגערופֿן אינערלעכע דעבאַטן אין זײַן אָרגאַניזאַציע און פֿאַרשיידענע טענות פֿון דרויסן, צוליב געוויסע סתּירות צווישן עטישע און געזעצלעכע זײַטן פֿון דער סיטואַציע. אַ טייל מענטשן, וועלכע האַלטן זיך פֿאַר יורשים פֿון די נאַצי-קאָנפֿיסקירטע הײַזער, אָבער האָבן נישט געקאָנט דערווײַזן זייערע אייגנטום-רעכט, האָבן אַפֿילו געפּרוּווט אָנקלאָגן קעגן דער „קאָנפֿערענץ‟ אין געריכט.

די „קאָנפֿערענץ פֿאַר ייִדישע מאַטעריעלע תּבֿיעות קעגן דײַטשלאַנד‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1951 מיט דער הילף פֿון נחום גאָלדמאַן, וועלכער האָט דעמאָלט געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן וועלט-קאָנגרעס‟. הגם די אָרגאַניזאַציע שטעלט זיך פֿאָר ווי אַ רעפּרעזענטאַנט פֿונעם „וועלט-ייִדנטום‟ און טויזנטער מענטשן האָבן שוין באַקומען דורך איר זייערע קאָנפֿיסקירטע ירושות, האָט אַ צאָל אַנדערע ייִדישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט דעם „קאָנגרעס‟, באַשולדיקט זי אין אומקאָמפּעטענץ און ספֿקדיקע געלט-אָפּעראַציעס. די „קאָנפֿערענץ‟ האָפֿט, אַז די נײַע איניציאַטיוו וועט העלפֿן אײַנצושטילן דאָס מחלוקת און אויסצאָלן די געלטער אין די ריכטיקע הענט.