אין די יאָרן 1993־2000 איז פּאָל אילינסקי געווען דער מייאָר פֿון דער אַמעריקאַנער שטאָט פּאַלם־ביטש (Palm Beach). זײַן פֿולער נאָמען איז — פּאָל ראָמאַנאָוו־אילינסקי. אויף רוסיש: פּאַוועל דמיטריִעוויטש ראָמאַנאָוו (Paul R. Ilyinsky). ער איז אַ גלײַכער יורש פֿון דער משפּחה ראָמאַנאָוו, וועלכע האָבן 300 יאָר געהערשט אין דער רוסישער אימפּעריע. פּאָל אילינסקי, ווי אַ יורש פֿון דער צאַרישער דינאַסטיע, וואָלט געקאָנט ווערן אַ נײַער צאַר פֿון רוסלאַנד, נאָך דעם ווי דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן, ווען ניט אַ „קלייניקייט”… אין די אָדערן פֿון זײַן מאַמען, ווי אויך אין זײַנע, האָט גערונען ייִדיש בלוט. און ער אַליין דער יורש פֿון די רוסישע צאַרן האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדיש מיידל. מיט זײַן ייִדישער פֿרוי האָט ער געהאַט אַ זון און דרײַ טעכטער, יעדער פֿון זיי קאָן (פּאָל איז געשטאָרבן אין 2004) פּרעטענדירן צו ווערן אַ צאַר (צאַריצע) אין דעם הײַנטיקן רוסלאַנד. אָט אַזאַ מעשׂה!
אין 2001 יאָר האָט דער באַוווּסטער רוסישער שרײַבער אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין אַרויסגעגעבן זײַן ליטעראַטור־היסטאָרישע פֿאָרשונג: „200 יאָר אין איינעם”, וועגן די רוסיש־ייִדישע באַציִונגען אין משך פֿון צוויי יאָרהונדערטער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די געשיכטע פֿון די ייִדן אין רוסלאַנד פֿאַרנעמט אַ באַזונדער אָרט אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועלכע מע דאַרף נאָך פֿאָרשן און פֿאָרשן. ניט דאָס איז אָבער מײַן ציל. לאָמיר אַ קוק טאָן, ווי אַזוי ס’האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר די באַציִונגען צווישן ייִדן און דער צאַרישער משפּחה ראָמאַנאָוו, באַזונדערס מיטן צאַר ניקאָלײַ דעם צווייטן.
שלום־עליכם האָט אָנגעשריבן אַ וויגליד „שלאָף אַלעקסע…”. די ליד, וואָס איז געווען אַ סאַטירע אויפֿן צאַר ניקאָלײַ מיט זײַן יורש־עצר אַלעקסיי, איז פֿאַרשפּרייט געווען אין די קרײַזן פֿון „בונד”:
שלאָף, אַלעקסע, יורש פֿײַנער
ליכטיקער פּאַרשוין!
שלאָף, בן־יחיד, קדיש מײַנער!
שלאָף זשע, שלאָף, ניט וויין…
און ווײַטער זינגט דער צאַר: וועסט אם־ירצה־השם פֿאַרמאָגן/ /פֿיל שענקען מיט אָסטראָגן/ /און זשאַנדאַרמען מיט קאַזאַקן/…/די וואָס קאָנען בראָקן, האַקן,/ /שמײַסן אָן אַ שיעור/.
צאַר ניקאָלײַ איז ניט קיין זעלטענער גאַסט אין די ייִדישע פֿאָלקסלידער:
יעצט איז שוין געקומען די גליקלעכע צײַט
איצטער ווייסט מען סײַ פֿון נאָענט און פֿון ווײַט,
אַז רוסלאַנד איז ליכטיק, און רוסלאַנד איז פֿרײַ:
„דאַ זדראַווסטוווּיעט סוואָבאָדאַ [לעבן זאָל די פֿרײַהײט], אין דר’ערד ניקאָלײַ!”
ווי אַזוי ס’זאָל ניט זײַן, מיין איך ניט, אַז דער צאַר, דער, וואָס איז „געזאַלבט פֿון גאָט”, דער „פֿאַרטרעטער פֿון גאָט” אויף דער ערד, זאָל זײַן אַנטיסעמיטיש געשטימט. ער דאַרף זײַן העכער פֿון דעם. נאָר די, וואָס האָבן באַרינגלט אים, די ראָטגעבער, די מיניסטאָרן זײַנע, וועלכע „דרייען” אָן דעם צאַר, דאָס קאָן יאָ זײַן.
דער באַוווּסטער פֿרײַנד פֿונעם אימפּעראַטאָר ניקאָלײַ דער צווייטער, גריגאָרי ראַספּוטין, האָט געהאַט פֿאַר אַ פּערזענלעכן סעקרעטאַר אַ ייִדן, אַהרן סימאַנאָוויטשן. דער סימאַנאָוויטש, אַ געוועזענער יוּוועליר, האָט געהאַט אין קיִעוו עטלעכע יוּוועליר־מאַגאַזינען. אין דער אימיגראַציע האָט ער אַרויסגעגעבן אַ ביכל אויף רוסיש: „ראַספּוטין און די ייִדן”. אָט וואָס ער שרײַבט וועגן דעם צאַר און די ייִדן: „…די ניט־ליבע צו ייִדן פֿלאַנצן אײַן אין די צאַרישע קינדער די ניאַניעס זייערע און די פֿאַרשיידענע דינערשאַפֿט… דער מיניסטער פֿון די אינערלעכע ענינים מאַקלאַקאָוו, שפּילנדיק זיך מיטן צאַרישן יורש, האָט אים געשראָקן מיט די ווערטער: ‘וואַרט אויס די זשידעס וועלן דיך צונעמען’, און דאָס קינד פֿלעג שרײַען פֿאַר מורא… דער צאַר האָט דערציילט ראַספּוטינען, אַז די מיניסטאָרן זײַנע טרעטן תּמיד אַרויס קעגן די ייִדן און רייצן אים אויף, דעם צאַר, קעגן די ייִדן…”
מע שרײַבט, אַז ניקאָלײַ דער צווייטער איז געווען אַ “ווייכער”, “איידעלער”, “אַ שוואַכער מענטש, וואָס באַהאַלט זיך שטענדיק אונטער דער מאַמעס קליידל” א.א.וו. דעם צאַרס פּאָרטרעט באַשרײַבט זייער בולט אָסיפּ דימאָוו אין זײַן ביכל “וואָס איך געדענק”, וועלכער פֿלעג זען דעם צאַר אין טעאַטער:
— אין מיטן פֿון באַלקאָן, אין דער קײַזערישער לאָזשע… איז געזעסן אַ מענטשל אומבאַשיידן דעקאָרירט און מעדאַלירט, מיט אַן אויסדרוקלאָזן פּנים פֿון אַ פּראָווינציעלן אינפֿאַנטעריע־אָפֿיציר. די האָר… זענען געווען פֿון אַן אומבאַשטימטן קאָליר, אַ געמיש פֿון העל־ברוין מיט טונקל־רויט; זײַן בערדל איז געווען אַ ביסל העלער, אָבער אויך אומבאַשטימט אין קאָליר… יעדעס הערעלע איז אַקוראַט פֿאַרקעמט, אָפּגעשאָרן, אָפּגעמאָסטן, אָפּגעהיט, אויסגעכאָוועט… ער האָט געהאַט בלויע אָדער מעגלעך גרויע אויגן, מיט אַן אומבאַשטימטן אויסדרוק, אָדער בעסער געזאָגט אָן קיין שום אויסדרוק. די אויגן האָבן געקוקט… אָבער צי זיי האָבן עפּעס געזען… איז געווען אוממעגלעך צו באַשטימען. איבער די אויסגעכאָליעטע וואָנצעס האָט זיך געהויבן די נאָז — אַ טיפּיש־רוסישע נאָז פֿון אַן “איוואַן” אָדער “סטעפּאַן”…
ניט קוקנדיק אויף די ווייכע מענטשלעכע מעלות פֿונעם רוסישן הערשער — אַלץ, וואָס ס’האָט באַקומען דעם נאָמען „צאַרישע” האָט געטראָגט אַ נעגאַטיוון כאַראַקטער. למשל, „ייִדישע פּאָגראָמען אין צאַרישן רוסלאַנד”, „שלום־עליכם און די צאַרישע צענזור”, “צאַרישע מעטאָדן אין ארץ־ישׂראל”, “זכרונות פֿון די צאַרישע צײַטן”, „נײַע סענסאַציאָנעלע מאַטעריאַלן איבער ראַספּוטינען און דעם צאַרישן רעזשים”. כ’וויל אויך דערמאָנען ה. לייוויקס ביכל, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אין 1958: „אויף דער צאַרישער קאַטאָרגע”. די אַלע אַרטיקלען פֿון די ייִדישע צײַטונגען, ביכלעך האָבן שײַכות צום צאַר ניקאָלײַ דעם צווייטן.
זײַן נאָמען איז פֿאַרבונדן מיטן קעשענעווער פּאָגראָם פֿון 1903, און מיטן בייליס־פּראָצעס, וועלכן מע האָט דורכגעפֿירט אין יאָר 1913, ווען אין רוסלאַנד האָט מען אָפּגעמערקט 300 יאָר פֿון דער דינאַסטיע ראָמאַנאָוון… און כאָטש איינער פֿון די סאָוועטישע פֿירער און ייִד — לייב טראָצקי, האָט געשריבן אין זײַנעם אַן אַרטיקל: „דער צאַר ניקאָלײַ האָט זייער געוואָלט, אַז מע זאָל אויפֿן בייליס־פּראָצעס דערווײַזן, אַז דער מאָרד פֿון אַ קריסטלעך ייִנגעלע איז געווען אַ ייִדישער ריטואַל, זײַנען קיין דערווײַזונגען וועגן דעם ניטאָ…”
דער סוף פֿון דעם צאַר ניקאָלײַ דער צווייטער און דער גאַנצער משפּחה זײַנער איז געווען זייער אַ טראַגישער. מע האָט זיי אַלע דערשאָסן אין יאָר 1918. צווישן דער קאָמאַנדע, וואָס האָט דערשאָסן דעם צאַרס משפּחה זענען געווען דרײַ ייִדן. אָנגעפֿירט מיט דער אַקציע האָט אויך אַ ייִד יאַקאָוו מיכײַלאָוויטש יוראָווסקי — אַ געשמדטער ייִד, וועלכער האָט געשטאַמט פֿון די קאַנטאָניסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.