אין פֿעברואַר קומט אין מאָסקװע פֿאָר אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ, װאָס ברענגט צונױף ייִדישע פֿאָרשער פֿון פֿאַרשידענע עקן פֿון דער אַמאָליקער סאָװעטישער מלוכה. דאָס איז מסתּמא דאָס לעצטע אָרט, װוּ עס טרעפֿן זיך מענטשן פֿונעם באַלטישן ים ביזן פּאַציפֿישן אָקעאַן צוליב אַ בשותּפֿותדיקן אינטערעס. די אױסגעקליבענע רעפֿעראַטן װערן דערנאָך פֿאַרעפֿנטלעכט דורך דעם צענטער ״ספֿר״, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיטן אונטערשטיצן די ייִדישע פֿאָרשונגען אינעם גאַנצן פּאָסט־סאָװעטישן שטח.
צװישן די לעצטע געדרוקטע מאַטעריאַלן זײַנען פֿאַראַן אינטערעסאַנטע איבערזיכטן פֿון ייִדישע זאַמלונגען אין די מוזײען און אַרכיװן פֿון קיִעװ, אוקראַיִנע. דער קיִעװער היסטאָריקער אַנאַטאָלי קערזשנער, אײנער פֿון די מחברים פֿונעם נײַעם ייִדישן לערנבוך אױף אוקראַיִניש, װאָס איז אַרױס אין טשערנאָװיץ אין 2008, באַשרײַבט דעם אַרכיװ פֿונעם ״קאַבינעט פֿון ייִדישער קולטור״. דער דאָזיקער ״קאַבינעט״ איז געװען אַ יורש פֿונעם קיִעװער אינסטיטוט פֿון ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור נאָך 1936, װען מען האָט אַרעסטירט די פֿירערשאַפֿט און געשלאָסן דעם אינסטיטוט. פֿאַרן דירעקטאָר פֿונעם נײַעם ״קאַבינעט״ איז באַשטעלט געװאָרן דער באַקאַנטער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשער עלי ספּיװאַק.
אין אױגוסט 1941, קורץ פֿאַר דער דײַטשישער אָקופּאַציע, האָט מען עװאַקויִרט דעם ״קאַבינעט״ קײן אופֿאַ אין באַשקיריע, לעבן אוראַלער בערג. צו יענער צײַט איז דער קאַבינעט באַשטאַנען פֿון דרײַ סעקציעס׃ די לינגװיסטישע, די ליטעראַרישע, און פֿון מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר. אין יוני 1944, גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון דער שטאָט, האָט זיך דער קאַבינעט צוריקגעקערט קײן קיִעװ. מען האָט געשאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע פֿאַר זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַרן ״שװאַרצן בוך״, אָבער שױן מיט פֿינעף יאָר שפּעטער, בעת די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, איז דער קאַבינעט פֿאַרמאַכט געװאָרן, און דאָס רובֿ מיטאַרבעטער זײַנען אַרעסטירט געװאָרן. ספּיװאַק איז געשטאָרבן אין תּפֿיסה אין 1950.
דער אַרכיװ איז צעטײלט געװאָרן אױף דרײַ טײלן, װאָס געפֿינען זיך אין פֿאַרשידענע זאַמלונגען אין קיִעװ. צװישן די מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אינעם רשות פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, זײַנען פֿאַראַן גאָר װערטפֿולע מקורים. טײלװײַז שטאַמען זײ פֿון פּעטערבורג. נאָך דעם, װי די סאָװעטישע מאַכט האָט אין 1930 פֿאַרמאַכט די ״בורזשואַזע״ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין לענינגראַד, זײַנען זײערע מאַטעריאַלן ״אומגעקערט״ געװאָרן דעם ייִדישן ״פּראָלעטאַריאַט״, דאָס הײסט, אַריבערגעבראַכט געוואָרן אין קיִעװער אינסטיטוט פֿון ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור.
סײַ פֿאַר, סײַ נאָך דער מלחמה האָט זיך דער ״קאַבינעט״ אַקטיװ אָפּגעגעבן מיט זאַמלען ייִדישן פֿאָלקלאָר. מען האָט פֿאַרשריבן לידער, מעשׂיות, שפּריכװערטער, װיצן, נאָטן, און רעקאָרדירט מוזיק. אינעם אַרכיװ געפֿינען זיך באַריכטן פֿון די פֿאָלקלאָריסטישע עקספּעדיציעס, װאָס האָבן געזאַמלט מאַטעריאַלן פֿאַרן זאַמלבוך ״ייִדישע פֿאָלקסשאַפֿונג אין די טעג פֿון דער גרױסער פֿאָטערלענדישער מלחמה״.
דער דאָזיקער פּראָיעקט איז געװען דער װיכטיקסטער פֿאַר די ייִדישע פֿאָרשער. שױן אינעם האַרבסט 1944 האָט מען געשיקט פֿאָרשער אין די באַפֿרײַטע ראַיאָנען פֿון טראַנסניסטירע און אין 1945 — קײן טשערנאָװיץ, כּדי צו פֿאַרשרײַבן דעם פֿאָלקלאָר פֿון די געטאָס. די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן משה בערעגאָװסקי, כינע שאַרגאָראָדסקאַיאַ און ראובֿן לערנער זײַנען געקומען צום אױספֿיר, אַז לידער און קונסט האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿון די געטאָס און לאַגערן. אָבער דאָס זאַמלבוך איז פֿאַרבליבן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט צוליב די רדיפֿות, און דער ״אַרײַנפֿיר״ צו דעם בוך איז אַרױס ערשט מיט יאָרן שפּעטער אין ״סאָװעטיש הײמלאַנד״.
טאַמאַראַ סידאָרטשוק פֿונעם פֿאָרשערישן צענטער פֿאַר אָריענטאַליסטיק בײַ דער קיִעװער מאָהילאַ־אַקאַדעמיע רעקאָנסטרויִרט די דראַמאַטישע געשיכטע פֿונעם ייִדישן מוזײ אין לעמבערג. דער מוזײ איז געעפֿנט געװאָרן אין 1934, כאָטש די אידעע איז אויפֿגעקומען אַ סך פֿריִער, װען לעמבערג איז נאָך געװען די הױפּטשטאָט פֿון דער עסטרײַכישער גאַליציע. דער ״חורבן–גאַליציע״ בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט פֿאַרשטאַרקט דעם געפֿיל, אַז מען מוז אָפּהיטן די רעשטן פֿון די קונסטװערק פֿון גאַליציאַנער ייִדן.
אין 1925 האָט די לעמבערגער קהילה געשאַפֿן אַן אַפּוטרופּסות־קאָמיטעט פֿאַר אָפּהיטן די דענקמעלער פֿון ייִדישער קונסט אין גאַליציע. בהדרגה האָט זיך אָנגעזאַמלט אַ װערטפֿולע קאָלעקציע. אַ היפּשער טײל דערפֿון האָט געהערט צום באַרימטן זאַמלער און קונסטקענער מאַקסימיליאַן גאָלדשטײן, װעלכער האָט אַרױסגעשטעלט זײ פֿאַרן פּובליקום אין זײַן דירה. אין 1933 איז געעפֿנט געװאָרן די ערשטע עפֿנטלעכע אױסשטעלונג פֿון 570 קונסטװערק. דער אַרײַנפֿיר צו דעם אויסשטעלונג־קאַטאַלאָג האָט באַטאָנט, אַז אַזאַ מין אױסשטעלונג קאָן פֿאָרקומען בלױז אין פּױלן. אין מערבֿ־אײראָפּע זײַנען די ייִדן געװען צו אַסימילירט, בעת אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט די סאָװעטישע מאַכט דערשטיקט אַלץ, װאָס האָט צו טאָן מיט רעליגיע.
דער מוזײ האָט ניט געהאַט קײן אײגענעם בנין און די אױסשטעלונג האָט זיך געפֿונען אין דער קהילה־געבײַדע. אין 1938 האָט די פֿאַרװאַלטונג פֿונעם מוזײ אױסגעאַרבעט אַ פֿאָרמעלן סטאַטוט און אַ ברײטן פּלאַן פֿון אַ װײַטערדיקער אַנטװיקלונג פֿונעם מוזײ. מען האָט פּלאַנירט צו קריגן אַן אײגענעם בנין און צו פֿירן פּעדאַגאָגישע און אױפֿקלערערישע טעטיקײטן. אין דער דאָזיקער אַרבעט האָט זיך אַקטיװ באַטײליקט מאַרטין בובער, װעלכער איז דעמאָלט נאָך געװען אין היטלערס דײַטשלאַנד. אָבער צו פֿאַרװירקלעכן די דאָזיקע װײַט־גײענדיקע פּלענער איז ניט געװען באַשערט. די סאָװעטן האָבן פֿאַרמאַכט די קהילה און איבערגעגעבן די זאַמלונג אינעם עטנאָגראַפֿישן מוזײ. בלױז געצײלטע עקספּאָנאַטן האָבן איבערגעלעבט די מלחמה און זײַנען הײַנט צעזײט און צעשפּרײט איבער פֿינעף פֿאַרשידענע מוזײען פֿון לעבמערג. אַ זכר װעגן די פּלענער און חלומות פֿון די לעמבערגער ייִדישע כּלל־טוער בלײַבט באַגראָבן אין די קיִעװער אַרכיװן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.