טשעליאַבינסק איז די נײַנטע שטאָט אין רוסלאַנד לויט דער גרייס פֿון איר באַפֿעלקערונג (אַריבער 1.1 מיליאָן תּושבֿים), און געפֿינט זיך אויף דער גרענעץ צווישן אייראָפּע און סיביר. אין דעם זין איז עס ענלעך צו איסטאַמבול — איין געגנט פֿון דער שטאָט איז אין אייראָפּע, אָבער ס׳איז גענוג אַריבערצופֿאָרן צי אַריבערצוגיין אויף דעם מיזרחדיקן עק פֿון אַ בריק, און דו ביסט שוין אין אַזיע. איך האָב די טעג געהערט, ווי אין „סי-ען-ען” האָט מען גערעדט וועגן טשעליאַבינסק און כאַראַקטעריזירט די שטאָט ווי „איינער פֿון די סאַמע פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען אויף דער ערד”. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ גוזמא אָדער, ריכטיקער, אַ מוסטער פֿון געאָגראַפֿישן עם-הארצות.
וואָס איז יאָ ריכטיק, אַז טשעליאַבינסק באַווײַזט זיך זעלטן אין די אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס. צוריק גערעדט, זײַנען דאָ ניט ווייניק גרויסע שטעט אין אַמעריקע, וואָס האָבן דעם מזל אויסצומײַדן די זעלבע אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס. ווי מיר ווייסן שוין, איז טשעליאַבינסק דערמאָנט געוואָרן — און דער „פֿאָרווערטס” האָט וועגן דעם געהאַט קורץ מיטגעטיילט (yiddish.forward.com/articles/167930/meteorite) — צוליב אַ מעטעאָרשטיין, וואָס האָט בײַם פֿאַלן גענערירט אַ רויִנירנדיקע ענערגיע. אַריבער טויזנט לײַט האָבן אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, בדרך-כּלל פֿון צעבראָכענע שויבן. ס׳איז נאָך גוט, וואָס קיינער איז ניט אומגעקומען, כאָטש דאָס איז בכלל כאַראַקטעריש פֿאַר אַלע באַקאַנטע פֿאַלן — פֿון מעטעאָרשטיינער איז קיין מענטש ניט אומגעקומען.
שויבן זײַנען אויסזעצט געוואָרן אויך אין דער היגער שיל. און אַז מע האָט אַ שיל און אַ רבֿ (אַ פּנים, אַ ליובאַוויטשער), הייסט עס, אַז די שטאָט האָט ייִדן. וואָס שייך זייער צאָל, איז תּמיד די זעלבע מעשׂה: די סטאַטיסטיק ווײַזט איין צאָל — אַרום פֿינף טויזנט, און די פֿירער פֿון דער קהילה פֿירן אַן אייגענעם חשבון און טענהן, אַז די „אמתע” ייִדישע באַפֿעלקערונג איז לכל-הפּחות צוויי מאָל גרעסער.
טשעליאַבינסק עקזיסטירט פֿון 1736, דאָס הייסט, אַז ס׳איז נאָר מיט אַ יאָר ייִנגער פֿון, אַ שטייגער, ריטשמאָנד, ווירדזשיניע. ייִדן האָבן זיך אין דער נײַער רוסישער שטאָט באַוויזן אין די 1840ער יאָרן. קיין שקלאַפֿן (ווי בײַ ס׳רובֿ ייִדן פֿון ריטשמאָנד) האָבן די טשעליאַבינסקער ייִדן ניט געהאַט. זיי זײַנען אַליין געווען, אין אַ געוויסן זין, „באַפֿרײַטע שקלאַפֿן” — אָפּגעדינט כּמעט דאָס גאַנצע לעבן אין דער רוסישער אַרמיי און זיך פֿאַרדינט די רעכט צו וווינען מחוץ דעם תּחום-המושבֿ. אויף אַזאַ אופֿן — דורך די „ניקאָלײַעווער” (לויטן נאָמען פֿונעם צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן) סאָלדאַטן — זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אַ סך קהילות אין רוסלאַנד.
אין יאָר 1894 האָט די טשעליאַבינסקער קהילה געציילט 104 נפֿשות, אין 1901 — שוין 686. דער צוּוווּקס איז געקומען צוליב דער איבערוואַנדערונג אַהין פֿון סוחרים, קוואַליפֿיצירטע בעל-מלאָכות, דאָקטוירים — דאָס הייסט, ייִדן פֿון די קאַטעגאָריעס ייִדן, וועלכע האָבן געקענט באַקומען אַ דערלויבעניש צו באַזעצן זיך אין „ניט-ייִדישע” געגנטן פֿון דער אימפּעריע. אַרום 700 ייִדישע פּליטים זײַנען געקומען אין טשעליאַבינסק בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. אין יענע יאָרן זײַנען די באַגרענעצונגען פֿאַר ייִדן שוואַכער געוואָרן.
אין די סאָוועטישע צײַטן איז טשעליאַבינסק אַנטוויקלט געוואָרן ווי אַ וויכטיקער אינדוסטריעלער צענטער. אין יאָר 1936 האָט מען גערעדט וועגן געבן דער שטאָט אַ נײַעם נאָמען — קאַגאַנאָוויטשגראַד, כּדי אָפּצומערקן אויף אַזאַ אופֿן די פֿאַרדינסטן פֿון סטאַלינס ייִדישן מקורבֿ לאַזאַר קאַגאַנאָוויטש. ס´איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז די גאַנצע מעשׂה וועגן קאַגאַנאָוויטשגראַד איז ניט מער ווי אַ פּוסטער קלאַנג. אַזוי צי אַזוי, אָבער דעם טאָפּאָנים „קאַגאַנאָוויטשגראַד” איז ניט באַשערט געווען זיך באַווײַזן אויף דער מאַפּע.
טויזנטער ייִדן זײַנען געקומען אין דער שטאָט בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען די באַפֿעלקערונג פֿון טשעליאַבינסק איז אויסגעוואַקסן גאַנץ דראַמאַטיש: פֿון 270 טויזנט נפֿשות ביז 650 טויזנט. טשעליאַבינסק האָט מען גענומען רופֿן — ניט אָפֿיציעל, פֿאַרשטייט זיך — דער „טאַנקאָגראַד”, אָדער „טאַנקען-שטאָט”, ווײַל ניט בלויז האָט מען דאָרטן אויסגעאַרבעט טאַנקען, נאָר אַפֿילו דער טאַנקען-מיניסטעריום האָט זיך באַזירט אין דער שטאָט.
איינער פֿון די טאַנקען, אויסגעאַרבעט אין יענע יאָרן, שטייט איצט אין דעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי, וואָס איז געעפֿנט געוואָרן מיט דרײַ חדשים צוריק. שטייען שטייט דער טאַנק „ט-34” דאָרטן גאָר ניט צופֿעליק, ווײַל די טאַנקען-אינדוסטריע פֿון די מלחמה-צײַטן איז אַסאָציִיִרט מיטן נאָמען פֿון איסאַק זאַלצמאַן (1905–1988), וואָס האָט סײַ אָנגעפֿירט מיט די פֿאַבריקן צו פּראָדוצירן טאַנקען, סײַ מיטן מיניסטעריום. אַ געבוירענער אין טאָמאַשפּאָל, פּאָדאָליע, אין אַ בעל-מלאָכישער משפּחה, האָט זאַלצמאַן זיך אויסגעלערנט אויף אַן אינזשעניר און געאַרבעט אין לעניגראַד. דאָרטן האָט מען אים באַמערקט און געשטעלט אָנצופֿירן מיט אַ ריזיקער, דער עיקר, מיליטערישער, אונטערנעמונג. געשען איז עס אין 1938, ווען די פֿריִערדיקע אָנפֿירונג האָט מען ליקווידירט בעת די סטאַליניסטישע „רייניקונגען”. ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, איז אַ טייל פֿון דער לענינגראַדער פֿאַבריק, עוואַקויִרט געוואָרן קיין טשעליאַבינסק, און דאָרט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַרן „טאַנקען-שטאָט”. זאַלצמאַנען האָט מען באַשאָטן מיט כּלערליי אויסצייכענונגען, אָבער דערנאָך, בעת דעם געיעג נאָך די ”ייִדישע נאַציאָנאַליסטן”, האָט ער פֿאַרלוירן זײַן שטעלע און געאַרבעט אויף באַשיידענע שטעלעס. אין 2007 האָט זיך אין טשעליאַבינסק באַוויזן אַ גאַס, וואָס טראָגט זײַן נאָמען.
***
די געשעעניש מיטן מעטעאָרשטיין האָט געשאַפֿן אויך טראַגיקאָמישע סיטואַציעס, וואָס שפּיגלען אָפּ דעם הײַנטיקן קלימאַט אין רוסלאַנד. די באַקאַנטע זשורנאַליסטקע יוליאַ לאַטינינאַ האָט באַשלאָסן, אַז דאָס האָט עפּעס אָפּגעטאָן די רוסישע מיליטער און פּרוּווט עס פֿאָרצושטעלן ווי אַ קאָסמישע זאַך. דער סוף איז געווען, אַז זי האָט געמוזט זיך אַנטשולדיקן. בינו-לבינו, האָט דער פּאָפּוליסטישער פּאָליטיקער וולאַדימיר זשירינאָווסקי אַרויסגעזאָגט אַן אַנדער השערה: אַז דאָס האָבן אָפּגעטאָן די אַמעריקאַנער, וועלכע זוכן אַן אַנדער אופֿן צו אַטאַקירן רוסלאַנד. דערווײַל קלײַבט ער זיך ניט צו אָנערקענען, אַז ער האָט זיך געהאַט באַנאַרישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.