בודאַפּעשט (אונגאַרן). — די עמיגראַציע פֿון בערך 1,000 אונגאַרישע ייִדן יעדעס יאָר האָט אַרויסגערופֿן זאָרג בײַ די ייִדישע כּלל־טוער אין אונגאַרן וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער גרעסטער ייִדישער קהילה אין צענטראַל־אייראָפּע.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין אונגאַרן באַטרעפֿט צווישן 80,000 און 100,000 נפֿשות. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַ יאָר האָבן דרײַ מאָל אַזוי פֿיל ייִדן, ווי פֿריִער, עולה געווען קיין ישׂראל, און אַ סך אַנדערע האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין בערלין, לאָנדאָן און ווין — די עסטרײַכישע קרוינשטאָט, וואָס געפֿינט זיך בלויז צוויי שעה פֿון בודאַפּעשט מיט דער באַן.
די מיגראַציע איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערער באַוועגונג צווישן די אונגאַרער, וואָס בערך 300,000 פֿון זיי האָבן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿיר יאָר געפֿונען שטעלעס אין מערבֿ־אייראָפּע, לויט דער אָפּשאַצונג פֿון דער אונגאַרישער רעגירונג.
בײַ ייִדן איז די עמיגראַציע אָבער אויך אַ רעאַקציע אויפֿן וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד. אַ סימן דערפֿון איז די נײַע פּאָפּולאַריטעט פֿון דער עקסטרעם־רעכטער פּאָליטישער פּאַרטיי „דזשאָביק‟, וואָס פֿאַרנעמט איצט 47 פֿון די 386 ערטער אינעם אונגאַרישן פּאַרלאַמענט. די פּאַרטיי האָט געוווּנען 16.7% שטימען אין די וואַלן פֿון 2010 — אַ גרויסער שפּרונג פֿון 2.2%, וואָס זי האָט געקראָגן אין 2006.
פּיטער פֿעלדמייער, דער פּרעזידענט פֿון „מאַזשיהיזש‟, די ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע אין אונגאַרן, האַלט אָבער, אַז אַנטיסעמיטיזם איז נישט די הויפּט־סיבה פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע. „די ייִדן פֿאַרלאָזן אונדז צוליב דער עקאָנאָמיע, נישט אַנטיסעמיטיזם,‟ האָט ער באַמערקט. „דאָס איז טאַקע אַ פּראָבלעם — נישט בלויז פֿאַר דער ייִדישער קהילה, נאָר פֿאַר אונגאַרן בכלל.‟
די עמיגראַציע האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס בײַ די ייִדישע כּלל־טוער אין ווין, וועלכע האָבן שוין לאַנג געהאָפֿט, אַז ייִדן פֿון אויסלאַנד וועלן זיך דאָרט באַזעצן, כּדי צו פֿאַרגרעסערן די ייִדישע באַפֿעלקערונג, און דערבײַ אויפֿהאַלטן אירע סינאַגאָגעס, ייִדישע שולן און מושבֿ־זקנימס.
אָסקאַר דויטש, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין ווין (IKG), האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש דערקלערט, אַז דער אונגאַרישער אַנטיסעמיטיזם שטויסט אונטער די ייִדישע אימיגראַציע אין ווין. די ווינער קהילה האָט דערווײַל אויפֿגעשטעלט אַ פּראָגראַם אײַנצוגלידערן — און צוצוציִען — די נײַ־געקומענע, אַרײַנגערעכנט שפּראַכקורסן, הילף בײַם געפֿינען אַרבעט, הײַזער און אַ ייִדישע דערציִונג.
IKG איז הײַנט מסוגל צו באַדינען 250 משפּחות אַ יאָר פֿון פֿאַרשידענע לענדער, אַרײַנגערעכנט אונגאַרן, האָט דער פֿריִערדיקער קהילה־פּרעזידענט, אַריאל מוזיקאַנט, איבערגעגעבן דער ייִט״אַ אין דעצעמבער.
„20 אונגאַרישע משפּחות גרייטן זיך צו פֿאַרלאָזן אונגאַרן און קומען קיין ווין,‟ האָט מוזיקאַנט געזאָגט. „מיר האַלטן, און די סטאַטיסטיק באַשטעטיקט עס, אַז אונדזער קהילה וועט ממש אויסגיין, אויב עס וועט זיך נישט פֿאַרגרעסערן די ייִדישע אימיגראַציע במשך פֿון די קומעדיקע פּאָר יאָר.‟
גאַבאָר, אַ ייִד וואָס האָט לעצטנס אימיגרירט פֿון בודאַפּעשט, האַלט, אַז דער אַנטיסעמיטיזם איז זיכער די סיבה, פֿאַר וואָס די ייִדן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. „מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן תּמיד געזאָגט, אַז אויב אַ פּאַרטיי ווי ׳דזשאָביק׳ וועט אַרײַן אין דער רעגירונג, וועלן מיר אײַנפּאַקעווען אונדזערע וואַליזעס און אַוועקפֿאָרן,‟ האָט ער געזאָגט. „די גאַנצע אַטמאָספֿער דאָרט איז, אַז זאַכן וועלן ווערן נאָך ערגער, נישט בלויז פֿאַר די ייִדן.‟
געגרינדעט מיט 10 יאָר צוריק, איז „דזשאָביק” הײַנט די דריט־גרעסטע פּאַרטיי אין אונגאַרן. אין נאָוועמבער האָט די פּאַרטיי אַרויסגערופֿן קריטיק בײַ אַ צאָל לענדער ווען מאַטראָן גיאָנגיאָסי, אַ געזעץ־געבער פֿון „דזשאָביק‟, האָט דערקלערט, אַז מע וואָלט געדאַרפֿט צונויפֿשטעלן אַ רשימה פֿון אונגאַרישע ייִדן, ווײַל זיי באַטרעפֿן „אַ דראָונג פֿאַר דער זיכערהייט‟.
בײַ די יונגע פּראָפֿעסיאָנאַלן ווי גאַבאָר, האָט ווין אַ גרויסע מעלה איבער די אַנדערע לענדער אינעם ראַיאָן: אין יאָר 2011 האָבן אונגאַרן און עסטרײַך אָפּגעשאַפֿן די פֿאָדערונג פֿון אַרבעט־פּאַסן צווישן די צוויי לענדער.
„ס׳איז בעסער אויב די ייִדן אימיגרירן קיין ווין,‟ האָט דערקלערט אָדם פֿישער, אַן אונגאַריש־ייִדישער דיריגענט, וועלכער האָט שטודירט אין ווין און וווינט איצט אין ענגלאַנד. „אַזוי בלײַבן זיי נאָענט, און ס׳איז תּמיד דאָ אַ שאַנס זיך אומצוקערן, אויב דער מצבֿ וועט זיך פֿאַרבעסערן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.