שריט קעגן ליבֿני וואָס שייך פֿאַרהאַנדלונגען מיט פּאַלעסטינער

Bill to Limit Livni’s Role in Talks with Palestinians

ציפּי ליבֿני, בעת דער אײַנשווערונג־צערעמאָניע פֿון דער 19טער כּנסת
Getty Images
ציפּי ליבֿני, בעת דער אײַנשווערונג־צערעמאָניע פֿון דער 19טער כּנסת

Published February 20, 2013.

אַ טאָג נאָך דעם ווי ציפּי ליבֿני, די פֿאָרזיצערין פֿון דער נײַער ישׂראלדיקער פּאַרטיי „התּנועה‟, איז, דורך איר קאָאַליציע־אָפּמאַך מיטן פּרעמיער בנימין נתניהו, באַשטימט געוואָרן ווי די אָנפֿירערין פֿון די צוקונפֿטיקע שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, האָט אַ גרופּע כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון „ליכּוד־ביתינו‟ צונויפֿגעשטעלט אַ געזעץ־פּראָיעקט צו באַגרענעצן איר כּוח אין דעם געביט.

לויט אַ באַריכט אין YNet, וואָלט די לעגיסלאַציע, אָנגעפֿירט פֿון אופֿיר אָקוניס, געפֿאָדערט אַ רעפֿערענדום, איידער מע שליסט אַן אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער. ווי אָקוניס האָט דערקלערט, וואָלט די רעגירונג „נישט דורכגעפֿירט קיין דעבאַטעס אָדער אָפּשטימונגען וועגן אַ רעגיאָנאַלן שלום־אָפּמאַך, ביז דער אָפּמאַך וועט נישט, צו ערשט, צוציִען אַ מאַיאָריטעט דורך אַ רעפֿערענדום.‟

קוואַלן זאָגן, אַז נתניהו איז פּאָזיטיוו־געשטימט צו דעם געזעץ־פּראָיעקט.

אַחוץ דעם דערלויבן ליבֿני אָנצופֿירן מיט די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען, האָט נתניהו אויך צוגעזאָגט, אַז זי וועט דינען ווי די יוסטיץ־מיניסטאָרין און מסתּמא אויך באַקומען דעם פּאָרטפֿעל צו באַשיצן דעם סבֿיבֿה־מצבֿ.

„התּנועה‟ איז די ערשטע פּאַרטיי, וואָס האָט זיך אָנגעשלאָסן אין נתניהוס קאָאַליציע. זי האָט אין דער 19טער כּנסת געוווּנען זעקס ערטער.

בעת אַ זיצונג מיט איר פֿראַקציע מיטוואָך, האָט ליבֿני רעאַגירט אויף דער קריטיק מצד איר אייגענער פּאַרטיי, אין שײַכות מיט איר אָנשליסן זיך אין נתניהוס רעגירונג. „מיר האָבן פֿאַרפֿלאַנצט אַ האָפֿענונג — האָט זי דערקלערט — און מע האָט אונדז געוווּנטשן מזל־טובֿ פֿון איבער דער גאַנצער וועלט. דאָס איז זייער וויכטיק.‟

זי האָט זיי דערציילט, ווי נתניהו האָט מיט פֿיר יאָר צוריק געפּרוּווט זי אַרײַנצוציִען אין דער דעמאָלטיקער קאָאַליציע, בעת זי איז געווען די פֿאָרזיצערין פֿון „קדימה‟, וועלכע האָט פֿאַרנומען 28 כּנסת־ערטער. „דעמאָלט האָט ער אונדז אַרײַנגענומען, כּדי מיר זאָלן פֿאָלגן זײַן פּאָליטיק. הײַנט איז דאָס בילד גאָר אַן אַנדערע. דער פּרעמיער האָט דווקא אָנגעהויבן מיט אונדז, וועלן מיר דערבײַ קענען העלפֿן צו באַשטימען ווי אַזוי די נײַע רעגירונג זאָל אויסזען.‟