טעראָריסטישע גרופּע אַרעסטירט אין ניגעריע

Terrorist Suspects Arrested in Nigeria

די ניגערישע געהיימע פּאָליציי
די ניגערישע געהיימע פּאָליציי

Published February 21, 2013.

אַבוּיע, ניגעריע. — די ניגערישע געהיימע פּאָליציי, דאָס „מלוכישע זיכערהייט-דינסט‟, האָט מיטוואָך פֿאַרעפֿנטלעכט די אינפֿאָרמאַציע וועגן אַ גרופּע אַרעסטירטע בירגער פֿונעם לאַנד, וועלכע ווערן באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש לטובֿת איראַן און אין פּלאַנירן טעראָר-אַקטן קעגן אַ צאָל אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע אָביעקטן אויפֿן שטח פֿון ניגעריע.

מערילין אָגאַר, אַ וואָרטזאָגערין פֿונעם זיכערהייט-דינסט, האָט איבערגעגעבן, אַז די אַרעסטירטע גרופּע האָט געזאַמלט אינפֿאָרמאַציע, וועלכע וואָלט זיי געקאָנט העלפֿן דורכצופֿירן מעגלעכע אַטאַקן. אָגאַר האָט געזאָגט, אַז דער אָנפֿירער פֿון דער צעל איז אַ 50־יאָריקער ניגעריער מיטן נאָמען אַבדולאַהי מוסטאַפֿאַ בערענדע, אַ פֿירער פֿון אַן אָרטיקער שיִיִטישער סעקטע אין דער שטאָט אילאָרין, וועלכע האָט פּערזענלעך געמאַכט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דעם ישׂראלדיקן קולטור-צענטער אין איקאָיִ, אויפֿן אינדזל לאַגאָס. לויט אָגאַר, האָט בערענדע באַזוכט איראַן, צום ערשטן מאָל, אינעם יאָר 2006, און האָט זיך דאָרט געלערנט אין אַן איסלאַמישן אוניווערסיטעט. אינעם יאָר 2011 האָט ער זיך אומגעקערט קיין ניגעריע און האָט זיך אויסגעלערנט, ווי אַזוי זיך צו מאַכט באָמבעס און זיך באַנוצן מיט אַ „קאַלאַשניקאָוו‟-ביקס.

די פֿאָרשטייערין פֿונעם זיכערהייט-דינסט האָט צוגעגעבן, אַז די עיקר-אָביעקטן פֿון פּלאַנירטע אַטאַקן זענען געווען דער געוועזענער מיליטערישער פֿירער איבראַהים באַבאַנגידאַ און איבראַהים דאַסוקי — אַ געוועזענער סולטאַן פֿון סאָקאָטאָ, אַ וויכטיקער ניגערישער איסלאַמישער טוער. אַחוץ דעם, האָט די גרופּע געפֿירט אַן אויפֿזיכט איבער אַ צאָל אַמעריקאַנער רעגירונג-אָביעקטן.

דאָס מלוכישע זיכערהייט-דינסט פֿאַרנעמט זיך, בדרך-כּלל, מיט די אינערלעכע ענינים, און פֿירט דורך אירע אָפּעראַציעס אויף אַ געהיימען אופֿן. אָגער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו ענטפֿערן אויף פֿראַגעס, צו דערציילן מער וועגן די אַרעסטירטע אָדער צו דערקלערן, פֿונוואַנען זיי האָבן באַקומען זייער שטיצע.