פּאַריז. - אינאַ באָקאָוואַ, די גענאַראַל-דירעקטאָרין פֿון „יונעסקאָ‟, האָט באַגריסט די וועלט מיטן „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון מאַמע־לשון‟, וועלכער ווערט אָפּגעמערקט יעדעס יאָר דעם 21סטן פֿעברואַר. „יונעסקאָ‟, די קולטור־אָרגאַניזאַציע בײַ דער „יו־ען‟, האָט געגרינדעט די דאָזיקע דאַטע אינעם יאָר 1999, כּדי צו שטיצן די קולטורעלע און שפּראַכיקע פֿאַרשיידנאַרטיקייט - די „מאַמע־לשונות‟ אַרום דער וועלט.
אין איר בריוו לכּבֿוד דעם הײַנטיקן „טאָג פֿון מאַמע־לשון‟, האָט באָקאָוואַ דערקלערט, אַז „פֿילשפּראַכיקייט איז אַ קוואַל פֿון כּוח און מעגלעכקייטן פֿאַר דער מענטשהייט‟, ווײַל יעדע לעבעדיקע מענטשלעכע שפּראַך איז אויך פֿאַרבונדן מיט אַן אייגנאַרטיקער קולטור. דער קולטורעלער אויסטויש צווישן פֿאַרשיידענע שפּראַכן העלפֿט דעם מענטש צו פֿאַרשטיין און אָפּשאַצן מיט דרך־ארץ די פּאָזיציעס און אידעען פֿון אַ צווייטן מענטש.
הײַיאָר, האָט „יונעסקאָ‟ באַשלאָסן צו ווידמען די דאַטע דער פֿאַרבינדונג צווישן לעבעדיקע שפּראַכן און ביכער. די אָנפֿירערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָט באַטאָנט, אַז נישט געקוקט אויף דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון די עלעקטראָנישע טעכנאָלאָגיעס, בלײַבט דאָס בוך אַן אוצר און אַ יסוד פֿון דער מענטשלעכער קולטור. באָקאָוואַ האָט גערופֿן אַלע שותּפֿים פֿון „יונעסקאָ‟, ווי אויך די שרײַבער, לערער און בילדונג־אינסטיטוציעס אין דער גאַנצער וועלט אָפּצומערקן דעם הײַנטיקן טאָג, שטיצנדיק די וויכטיקייט פֿון שפּראַכיקער פֿאַרשיידנאַרטיקייט און פֿון אַ סיסטעם, וואָס זאָל דערמעגלעכן די קינדער צו באַקומען אַ בילדונג אויף זייער מאַמע־לשון.
אין נאָוועמבער, האָט „יונעסקאָ‟ דורכגעפֿירט אַ היסטאָרישן סימפּאָזיום מיטן נאָמען „אייביקייט פֿון ייִדיש‟, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין פּאַריז. צום ערשטן מאָל האָבן די רעדנער אויפֿגעטראָטן אויף ייִדיש אינעם קאָנפֿערענץ־זאַל, אינעם הויפּט־בנין פֿון דער דאָזיקער חשובֿער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע. אַ צאָל וועלט־אָרגאַניזאַציעס, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט מינאָריטעט־שפּראַכן, האָבן אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט פֿון אַזעלכע איניציאַטיוון, ווי דער „טאָג פֿון מאַמע־לשון‟, וועלכע זענען באַזונדערס אַקטועל אין דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון גלאָבאַליזאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.