מיטוואָך, דעם 20סטן פֿעברואַר, אין די ראַמען פֿונעם „קולטורקרײַז בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין ישׂראל, איז פֿאָרגעקומען אַ יום־טובֿדיקער פֿרימאָרגן פֿאַר פּורים, לכּבֿוד דעם אַקטיאָר מײַק בורשטיין. בורשטיין איז צוריקגעקומען קיין ישׂראל צו שפּילן אינעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער די מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג „הערשעלע אָסטאָרפּאָלער”, וואָס האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג.
די יונגע אַקטיאָרן פֿון טעאַטער האָבן דערעפֿנט די רײַכע פּראָגראַם מיטן ליד „די גאָלדענע פּאַווע” פֿון מאַנגערס „מגילה‟. יעקב באָדאָ האָט באַגריסט מײַקן, דערמאָנענדיק, אַז ער טרעט שוין אויף אויף דער בינע 60 יאָר. ער האָט באצייכנט זײַן גרויסע הנאָה צו שפּילן מיט מײַקן אין „הערשעלע‟. באָדאָ, צוזאַמען מיט מײַק, האָבן געזונגען דאָס באַרימטע ליד „קוני לעמל” און באַגריסט משה סחר, דעם שרײַבער פֿונעם ליד, וואָס איז געווען איינער פֿון די הונדערט צוהערער אין זאַל. ער האָט אָנגעשריבן די ווערטער צום ליד סײַ אויף העברעיִש, סײַ אויף ייִדיש. לאה קעניג האָט וואַרעם דערמאָנט איר לאַנג־יאָריקע פֿרײַנדשאַפֿט און מיטאַרבעט מיט מײַקן. לאה שלאַנגער האָט דערציילט וועגן דעם אָנהייב פֿון איציק מאַנגערס „מגילה לידער‟ אויף ייִדיש, וואָס איז געווען אַ דורכפֿאַל אין די ערשטע אויספֿירונגען.
דער זינגער יונתן ראָזען האָט מהנה געווען דעם עולם מיט זײַן ליד „פֿתטריגותא” פֿון מאַנגערס „מגילה‟. תּמי (טאַמי) ספּיוואַק פֿון „אמ‘י פֿאַראיין‟ פֿון אַקטיאָרן אין ישׂראל האָט איבערגעגעבן מײַקן אַ צערטיפֿיקאַט פֿאַר זײַנע „דערגרייכונגען אין לעבן‟ — „תעודת מפעל חיים‟. דער דירעקטאָר פֿון „ייִדישפּיל‟־טעאַטער שׂשׂי (סאַסי) קשת האָט דערלאַנגט בורשטיינען אַ דיפּלאָם
פֿאַר זײַן אויסגעצייכנטער שילדערונג אין דער פּיעסע „הערשעלע‟. דערנאָך, אין נאָמען פֿון „קולטור־קרײַז בײַם אַרבעטער־רינג‟, האָט בעלאַ בריקס־קליין דערציילט וועגן מײַקס פּראָבעס מיט זײַן טאַטן, פּסחקע בורשטיין, און מאַמע, ליליאַן לוקס, אויף דער בינע פֿון דעם „ארטור זיגלבוים זאַל” אינעם „אַרבעטער־רינג‟־בנין. דערנאָך האָט זי אים געשאָנקען דאָס נײַע בוך „פֿון יידישן קוואַל” פֿון ד”ר יוסף גורי. דער בעל־שׂימחה מײַק בורשטיין האָט אַלעמען באַדאַנקט און דערציילט וועגן די גרויסע שוועריקייטן פֿון אַנטוויקלען דעם ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל. די פֿײַערדיקער אונטערנעמונג האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ ליד פֿון דער פּיעסע „הערשעלע אָסטראָפּאָלער‟, וואָס וועט געשפּילט ווערן אין חודש מערץ איבערן לאַנד — פֿון צפֿון ביז דרום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.