הײַנט, דאָנערשטיק, אין אָוונט טרעט אויף אין „לינקאָלן־צענטער‟ אין ניו־יאָרק די יונגע פּוילישע זינגערין אָלגאַ מיעלעשטשוק אין אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישע לידער פֿון פּאָלעסיע, אויפֿן סמך פֿונעם רעפּערטואַר פֿון דער ייִדישער פֿאָלק־זינגערין מרים (מאַריאַם) נירענבערג. צוזאַמען מיט איר וועט אויפֿטרעטן אַ פּוילישער קלעזמער־טריאָ — „שופֿר‟, וועלכער שפּילט ספּעציעל די חסידישע ניגונים וואָס משה בערעגאָווסקי האָט געזאַמלט אין אוקראַיִנע אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. דער ניו־יאָרקער „פּוילישער אינסטיטוט‟ האָט אָרגאַניזירט דעם קאָנצערט, און די צוויי גרופּעס וועלן ווײַטער אויפֿטרעטן אין וואַנקוּווער און, צום סוף, אויפֿן באַקאַנטן ייִדישן מוזיק־פֿעסטיוואַל אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע.
אָלגאַ מיעלעשטשוק איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1978, און במשך פֿון די לעצטע דרײַ יאָר וווינט זי סײַ אין וואַרשע, סײַ אין ירושלים. זי האָט זיך מגייר געווען און דעם עליה־פּראָצעס האָט זי שוין אָנגעהויבן, אָבער אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, דערציילט זי, אַז דער אינטערעס צו ייִדישע לידער, בפֿרט פֿאָלקסלידער, איז אַ סך אַ גרעסערער אין פּוילן ווי אין ישׂראל. זי האָפֿט, צו אַנטוויקלען געזאַנג און דראַמע־פּראָיעקטן אין ישׂראל.
זי האָט באַקומען אַ קלאַסישע מוזיק־בילדונג אין דער „שאָפּען־מוזיק־שול‟ אין וואַרשע, און דערנאָך אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין קולטורעלער אַנטראָפּאָלאָגיע בײַם וואַרשעווער אוניווערסיטעט. פֿונעם סאַמע אָנהייב פֿון איר קאַריערע ווי אַ זינגערין, האָט זי געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער אַשכּנזישער מוזיק, בפֿרט אין די „גרענעץ‟־טעריטאָריעס פֿון פּוילן, ווי גאַליציע און פּאָלעסיע. דער פֿאַקט, וואָס איר זיידע האָט געשטאַמט פֿון פּאָלעסיע האָט אויך אויפֿגעוועקט איר אינטערעס צו דער קולטור פֿון דער געגנט.
אין וואַרשע האָט זי זיך פֿאַרבונדן מיטן מלוכישן ייִדישן טעאַטער און זיך באַטייליקט אין די ייִדישע געזאַנג־ און טעאַטער־וואַרשטאַטן. אין קאָבי ווײַצנערס טרופּע „די ייִדישע באַנדע‟, האָט זי געשפּילט די ראָלע פֿון יוסף אין דער פּורים־שפּיל „יוסף און זײַנע ברידער‟. די ייִדישע שפּראַך האָט זי שטודירט בײַם „יונג ייִדיש‟ אין ישׂראל, און איז אויפֿגעטראָטן מיטן דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, מענדי כּהן, אין דער פֿאָרשטעלונג „אַ מאָל איז געווען אַ שטעטל‟.
אַחוץ איר קלאַסישער מוזיק־בילדונג האָט זי אָנטיילגענומען אין פֿאַרשיידענע פֿאָלקסמוזיק־סעמינאַרן אין פּוילן. די סעמינאַרן האָבן נישט בלויז געפֿאָרשט פּוילישע מוזיק, נאָר אויך די מוזיק פֿון די פֿאַרשיידענע פֿעלקער אין פּוילן, ווי די אוקראַיִנער און ייִדן. בײַ דער „Borderland Music Foundation‟ האָט זי אינטענסיוו זיך געלערנט די סלאַווישע וואָקאַלע טעכניק.
„איך פֿיל אַ גײַסטיקע נאָענטקייט צו ייִדישע לידער‟, דערציילט מיעלעשטשוק, און ווען זי האָט געהערט די רעקאָרדירונג פֿון נירענבערגן, האָט זי זיך פֿאַרליבט אין אירע לידער און אין איר אופֿן פֿון ייִדישן פֿאָלקסגעזאַנג. מרים נירענבערג איז געבוירן געוואָרן אין טשאַרנאָווטשיץ, לעבן בריסק. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין אַן אָרעמער משפּחה, און האָט געאַרבעט אין פֿעלד מיט די פּויערים צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט. זי האָט געקענט אַ סך לידער אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, און ווען זי האָט זיך באַזעצט אין טאָראָנטאָ אין 1932 האָבן די שכנים באַלד אויסגעפֿונען וועגן איר שיין קול. איר אור־פּלימעניציע, די פֿאָלקלאָריסטקע פּראָפֿ׳ ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט, האָט זי רעקאָרדירט אין טאָראָנטאָ, און אַרויסגעגעבן אַ פּלאַטע מיט אירע לידער, אָן באַגלייטונג, אין 1986. אויפֿן פֿעלד פֿון דער ייִדישער עטנאָמוזיקאָלאָגיע, ווערט פֿאַררעכנט די פּלאַטע „פֿאָלקסלידער אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער טראַדיציע פֿונעם רעפּערטואַר פֿון מרים נירענבערג‟, ווי אַ וויכטיקער בײַשטײַער צו דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישן פֿאָלקסגעזאַנג־סטיל און רעפּערטואַר.
אָלגאַ מיעלעשטשוק זינגט די לידער פֿון נירענבערג מיט באַגלייטונג, ווײַל דער ברייטערער עולם, האַלט זי, קען נישט „פֿאַרדייען‟ לידער אָן אינסטרומענטן. אויף איר נײַעם קאָמפּאַקטל „ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון שטעטל‟ שפּילן מיט איר דרײַ מוזיקער פֿון ישׂראל, צווישן זיי, דער באַקאַנטער פֿידלער דניאל האָפֿמאַן. הײַנט שפּילט זי אינעם „David Rubenstein Atrium‟, אומזיסט, לעבן בראָדוויי, צווישן דער 62סטער און 63סטער גאַס, 7:30 אין אָוונט.
„ווען איך בין געווען 13 יאָר‟ פֿונעם קאָמפּאַקטל „ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון שטעטל‟:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.