כאַסאַם טאַלעב יאַקוב, דער 24־יאָריקער „כעזבאָלאַ‟־אַגענט, וועלכער איז אַרעסטירט געוואָרן אין ציפּערן פֿאַר שפּיאָנאַזש, האָט דאָנערשטיק עדות געזאָגט, אַז ער האָט געהאַלטן בײַם דורכפֿירן טעראָריסטישע אַטאַקן קעגן די ישׂראלדיקע טוריסטן אויפֿן אינדזל. זײַן הויפּט־שליחות פֿאַר „כעזבאָלאַ‟ איז באַשטאַנען אין זאַמלען אינפֿאָרמאַציע מכּוח די עראָפּלאַנען וואָס לאַנדן מיט די ישׂראלדיקע טוריסטן.
יאַקוב האָט געניצט אַ פּסעוודאָנים — „וואַעל‟ — און האָט באַקומען 600$ אַ חודש שׂכירות פֿון „כעזבאָלאַ‟ זינט 2010. ער האָט דערציילט, אַז זײַן באַלעבאָס אין דער גרופּע, וועלכער האָט זיך גערופֿן „איימאַן‟, האָט אים געהייסן האַלטן אַן אויג אויף דער ישׂראלדיקער עראָפּלאַן־פֿירמע „אַרקיאַ‟, ער זאָל פֿאַרשרײַבן, ווען זייערע עראָפּלאַנען קומען אָן אין דער שטאָט לאַרנאַקאַ.
מיטוואָך האָט ער אַנטפּלעקט, אַז ער האָט שפּיאָנירט אין עטלעכע שטעט פֿונעם „אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד‟, מיט אַ שוועדישן פּאַס. ער איז טרענירט געוואָרן אין לבֿנון און דאָרטן האָט ער זיך אויך אויסגעלערנט ווי צו שיסן, זיך באַניצן מיט אַ גראַנאַט און אויפֿרײַס־מאַטעריאַל. אין ציפּערן האָט ער געקויפֿט דרײַ „סים‟־קאַרטלעך פֿאַר זײַן מאָביל־טעלעפֿאָנען און די מאָביל־טעלעפֿאָנען פֿאַר די „כעזבאָלאַ‟־פֿירער.
יאַקוב האָט אויך מודה געווען, אַז ער האָט געזאַמלט געלט פֿון איבער דער וועלט צו שטיצן שולן און שפּיטאָלן אין לבֿנון. קיינער האָט אים נישט געצוּוונגען זיך צו באַטייליקן אין טעראָריסטישע אַטאַקן, האָט ער געזאָגט — „איך האָב דאָס געטאָן פֿרײַוויליק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.