אין פֿעברואַר 1998, נאָר 18 יאָר אַלט און שטאַמענדיק פֿון אַ קליין שטעטל אויפֿן דרומדיקן שטח פֿון ישׂראל, האָט די ישׂראלדיקע שיינקייט-מלכּה לינוֹר אַבאַרדזשיל געוווּנען דעם טיטל פֿון מיס וועלט”. מיט בלויז צוויי חדשים פֿריִער, האָט זי געהאַט דורכגעלעבט אַזוינס, וואָס קיין איין מיידל אויף דער וועלט זאָל עס נישט וויסן. אַ פֿאָר-אַגענט מיטן נאָמען אורי שלמה, וואָס האָט איר געהאַט צוגעזאָגט צו העלפֿן צוריקצופֿאָרן פֿון מילאַן קיין ישׂראל, האָט זי אַכזריותדיק פֿאַרגוואַלדיקט אויפֿן וועג קיין רוים. אַזאַ שרעקלעכע טראַוומע, וואָס לינוֹר האָט איבערגעלעבט, געשעט צום גרעסטן באַדויערן, מיט אַ סך פֿרויען איבער דער וועלט. נישט ווייניק פֿון זיי, אויס מורא, פֿאַרשווײַגן דעם גאַנצן ענין. אָפֿט קומט עס אַרויס פֿון דער אַרומיקער סבֿיבֿה פֿונעם קרבן, וואָס ווילן נישט אַרויסטראָגן “די בושה” פֿון שטוב.
ווען נישט לינוֹרס מאַמע, וואָלט לינוֹר מסתּמא אויך אויסגעקליבן די ברירה פֿון שווײַגן. אָבער די מאַמע, בעתן טעלעפֿאָן-שמועס פֿון ישׂראל ממש אין דער זעלביקער נאַכט, האָט דערמוטיקט די טאָכטער, זאָגנדיק: “ס’איז נישט דײַן שולד, גיי צו דער פּאָליציי, גיי אין שפּיטאָל, וואַש זיך נישט, און מיר וועלן דיך אונטערשטיצן.” האָט לינוֹר פֿון דעמאָלט אָן אָנגענומען מיט ביידע הענט די ברירה פֿון רעדן. דער זעלביקער אורי שלמה, ווי ס’האָט זיך אַנטדעקט, איז געווען אַ געניטער פֿאַרגוואַלדיקער; אָבער לינוֹר איז געווען די ערשטע וואָס האָט סוף-כּל-סוף מצליח געווען אים צו אײַנזעצן אין תּפֿיסה. לינוֹרס אַרבעט האָט זיך נישט פֿאַרענדיקט מיט דעם.
זי האָט באַשלאָסן אויסצוניצן איר סטאַטוס פֿון “מיס וועלט”, און דורכגעפֿירט אַ גלאָבאַלער קאָמפּאַניע צו דערמוטיקן די קרבנות פֿון פֿאַרגוואַלדיקונגען, צו רעדן אָפֿן מכּוח זייערע איבערלעבונגען. אין אַ נײַעם דאָקומענטאַרישן פֿילם מיטן טיטל “לינוֹר גיט לשון” (Linor Speaks Out), ווערן געוויזן לינוֹרס רײַזעס איבער דער וועלט צו פּראָטעזשירן אָט דעם גאָר וויכטיקן ציל, און זי ווערט פֿילמירט בשעתן רעדן מיט אַנדערע קרבנות פֿון די פֿאַרגוואַלדיקונגען. צום בײַשפּיל, טרעפֿט זי זיך מיט יונגע מיידעלעך אין דרום-אַפֿריקע, אַפֿילו צוועלף־יעריקע קינדער, וואָס זענען באַלעסטיקט געוואָרן דורך מענער, אָנגעשטעקט מיטן “איידס”-ווירוס. די מענער גלייבן, אַז אַזוי וועלן זיי זיך אויסהיילן פֿון דער דאָזיקער מחלה.
נישט זעלטן, טרעפֿן זיך פֿאַרגוואַלדיקונגען צווישן די קרובֿים און באַקאַנטע, און אין יענע פֿאַלן ווערט שווערער די פֿאַרגוואַלדיקער צו פֿאַרמישפּטן, מחמת “אַלץ איז פֿאָרגעקומען מיט דער הסכּמה פֿון דער פֿרוי”. און דאָס איז טאַקע געווען די הויפּט־מאָטיוואַציע פֿון אורי שלמהס אַדוואָקאַטן. צום גליק, איז ער צום סוף פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 16 יאָר תּפֿיסה, אָבער לינוֹר האָט געדאַרפֿט ממשיך זײַן צו באַקעמפֿן די יורידישע סיסטעם אין ישׂראל, כּדי ער זאָל חלילה נישט באַפֿרײַט ווערן פֿאַר דער צײַט. אַ יונגע אַמעריקאַנער פֿרוי דערציילט אינעם פֿילם, ווי דער וואָס האָט זי און די חבֿרטעס אירע יאָרן לאַנג געהאַט געשענדט, האָט באַקומען בסך-הכּל איין יאָר תּפֿיסה! דער דאָזיקער מאַן איז געווען דער פֿרויס בחור.
ווי געזאָגט, פֿאָרט לינוֹר אַרום און רעדט מיט פֿרויען אין די קאָלעדזש־קאַמפּוסן, אין קליניקעס, און אין די הילף-צענטערס. אָבער איר איז געווען וויכטיק, אַז אויך די באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן אַ מאָל געליטן, זאָלן אויפֿטרעטן און רעדן אָפֿענערהייט אין דעם פֿילם; לויטן שׂכל, אַז אַזוי וועלן זיי אינספּירירן אַנדערע צו טאָן דאָס זעלבע. אַזוי רעדט אָפֿנהאַרציק אינעם פֿילם די אַמעריקאַנער קאָמעדיאַנטקע פֿרען דרעשער וועגן איר אַמאָליקער איבערלעבונג. און די אַקטריסע דזשאָאַן קאָלינס דערציילט אָפֿן צום ערשטן מאָל אין איר לעבן וועגן איר פּערזענלעכער טראַגעדיע.
דער פֿילם איז געמאַכט געוואָרן פֿון דער רעזשיסאָרין סיסיליאַ פּעק, די טאָכטער פֿון דעם באַרימטן האָליוווּד־אַקטיאָר גרעגאָרי פּעק, וואָס איר דאָקומענטאַר “שווײַגט שוין און זינגט” (געמאַכט בשותּפֿות מיט באַרבאַראַ קאָפּעל, 2006) נאָמינירט געוואָרן צו דעם אָסקאַר-פּריז. לעצטנס, האָט סיסיליאַ באַזוכט באַרנאַרד-קאָלעדזש און געוויזן אַ שטיקל פֿונעם פֿילם, און מע האָט זי אויך אינטערוויויִרט פֿאַר דער אַמעריקאַנער פּראָגראַם “דעמאָקראַטיע איצט!”. אין אָט דער פּראָגראַם האָט סיסיליאַ גערעדט וועגן איר טאַטנס ירושה פֿון אַקטיוויזם, למשל, קעגן אַנטיסעמיטיזם אין זײַן פֿילם “דזשענטלמענס הסכּם” (1947), וואָס זי שטרעבט ממשיך צו זיין אויף איר אייגענעם אופֿן מיט אירע ווערק.
דערצו איז געעפֿנט געוואָרן אַ נײַע וועבזײַט לטובֿת דעם פּראָיעקט. פּעק דערציילט אַז בלויז נאָך איין וואָך, האָט די וועבזײַט צו זיך שוין צוגעצויגן הונדערטער פֿרויען, וואָס אַלע ווילן זיי דערציילן זייערע אייגענע געשיכטעס. אין דער סעקציע “טיילט זיך מיט אייער געשיכטע” (share your story), באַקומט יעדע פֿרוי אַן אָרט אָנצושרײַבן מיט אירע אייגענע ווערטער, וואָס עס האָט מיט איר פּאַסירט. די פֿרוי קען באַשליסן, צי זי וויל בלײַבן אַנאָנים צי נישט, און זי האָט אויך די מעגלעכקייט צו שרײַבן פּערזענלעך צו לינוֹר אַבאַרדזשילן.
מער פּרטים וועגן דעם דאָקומענטאַר און בכלל וועגן דעם פּראָיעקט געפֿינען זיך אויף דער וועבזײַט: //www.linordocumentary.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.