דעם 21טן פֿעברואַר, פּונקט 12 אַזייגער בײַטאָג, האָט שמריה ראָזענבערג, וועלכער פֿירט דעם פּאָפּולערן בלאָג „FailedMessiah‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בילד פֿון אַ פֿלוג-בלעטל אויף ייִדיש, וואָס מע האָט דעם זעלבן טאָג אינדערפֿרי פֿאַרשפּרייט אין וויליאַמבורג — דער ייִדישער ראַיאָן פֿון ברוקלין, וווּ עס וווינען צענדליקער טויזנטער סאַטמאַרער חסידים. אויפֿן בלעטל שטייט געשריבן, אַז אין צוויי שעה אַרום, צוויי אַזייגער נאָכמיטאָג, פּונקט אינמיטן דעם תּענית-אסתּר, האָט מען אינעם קוואַרטאַל פּלאַנירט דורכצופֿירן אַ „מאַסן-דעמאָנסטראַציע‟ קעגן אַ געוויסער קראָם, וואָס פֿאַרקויפֿט פֿרויען-קליידער אויף „זייער אומאיידעלן, אומצניותדיקן וועג, מיט גרויסע אָפֿענע פֿענצטער אויף דער גאַס‟.
ראָזענבערג איז באַקאַנט מיט זײַנע אַקטועלע פֿאָרש-רעפּאָרטאַזשן וועגן סעקסועלע באַלעסטיקונג-מעשׂיות, פֿינאַנציעלע פֿאַרברעכנס און אַנדערע פֿינצטערע סקאַנדאַלן אין דער פֿרומער וועלט. ער איז אָבער אויך באַקאַנט מיט אַ טיף-נעגאַטיווער באַציִונג צו די חרדים. צוליב דעם, ציט זײַן וועבזײַט צו אַ ספּעציפֿישן עולם, וועלכער לאָזט איבער עקסטרעם-אַנטיסעמיטישע קאָמענטאַרן. הגם די מחברים פֿון אַזעלכע קאָמענטאַרן קלינגען ווי נאַציס, זענען זיי, געוויינטלעך, אַליין ייִדן.
נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם דערמאָנטן בלעטל, האָבן די באַזוכער פֿון ראָזענבערגס וועבזײַט מאָמענטאַל אָנגעהויבן קאָמענטירן. עטלעכע האָבן באַשולדיקט די חסידים אין פּעדאָפֿיליע און פֿאַרגוואַלדיקונגען; נאָך עמעצער האָט געשטעלט אַ „דיאַגנאָז‟, אַז די חסידים זענען „געטעניש-דעפֿעקטיווע‟ מענטשן און פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרשפּאַרן זיי אין מלוכיש-באַצאָלטע משוגעים-הײַזער; דער דריטער האָט געזאָגט, אַז ער שעמט זיך צו זײַן אַ ייִד, ווען ער זעט אַ חסיד אויף דער גאַס; דער פֿערטער האָט געגעבן גאָר אַ וווּלגאַרע עצה, ווי אַזוי אויסצוצאַפּן בײַ די חסידים דאָס בלוט, כּדי זיי זאָלן פּגרן.
אינמיטן דעם שטורעם פֿון אַזעלכע ווערטער, וואָס זייערע מחברים — נעבעך, אַליין ייִדן — קלינגען ווי גילגולים פֿונעם דריטן רײַך, האָט קיינער זיך נישט דערמאָנט, אַז די דאַטע פֿון דער פּלאַנירטער „מאַסן-דעמאָנסטראַציע‟ קומט אַרויס אַקוראַט פֿאַרן פּורים, און קיין רבֿנים אָדער עסקנים האָבן נישט אונטורגעשריבן דאָס אַנאָנימע בלעטל, און אַז דער סטיל פֿונעם בלעטן קלינגט ווי בדחנות.
קיין שום פּראָטעסט איז נישט געשען, און קיין שום „אומצניעותדיקע קראָם מיט גרויסע אָפֿענע פֿענצטער‟ איז אויף דעם אָנגעגעבענעם אַדרעס נישט פֿאַראַנען. דער חסידישער בעל-הבית פֿון אַן אַנדער קראָם אויף דעם זעלבן ווינקל האָט געזאָגט, אַז עפּעס אַ יחיד האָט, מסתּמא, נישט געהאַט וואָס צו טאָן, דערפֿאַר האָט ער אָפּגעדורקט די נאַרישע בלעטלעך. מיט אַ שמייכל, האָט דער קרעמער צוגעגעבן: „עמעצער פֿאַרקויפֿט דאָ קליידער פֿאַר מיידלעך — זיי מוזן דאָך האָבן וואָס אָנצוטאָן. ווען די מיידלעך וואָלט געגאַנגען, חס-וחלילה, אָן קליידער — אָט דעמאָלט וואָלט געווען אַ פּראָטעסט‟.
אַלע אויסגעפֿרעגטע חסידישע פֿאַרבײַגייער האָבן אויך געזאָגט, אַז דאָס בלעטל איז אַ פּורים-וויץ אָדער סתּם אַ שטות. אַ פֿאָרשטייערין פֿונעם פּיצל-קליינעם קליידער-קרעמל פֿאַר מיידלעך האָט באַשטעטיקט, אַז ס׳איז סתּם אַ פּורים-וויץ.
עס באַקומט זיך, אַז עמעצער האָט אָפּגעדרוקט אַ פּאָר-דרײַ הונדערט זײַטלעך און צעוואָרפֿן זיי אויף די גאַסן אַרום דער קראָם, כּדי משׂמח צו זײַן דעם עולם. אַדרבה, די דאָזיקע מעשׂה ווײַזט, אַז די סאַטמאַרער חסידים באַציִען זיך איראָניש צו זייער נטיה צו חומרות וועגן צניעות און פּאַשקעווילן.
ווער וואָלט עס אָבער געטאָן? די פֿאָרשטייערין פֿונעם קרעמל האָבן נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם אינצידענט. געוויינטלעך, קלעפּן די חסידישע אָרגאַניזאַציעס צו זייערע ידיעות וועגן עכטע פּראָטעסטן אויף די ווענט אַרום דעם גאַנצן קוואַרטאַל; אין דעם פֿאַל, זענען די בלעטלעך געלעגן דווקא אין דרויסן, פּונקט אַרום דעם קרעמל, מיט דעם אַדרעס און טעלעפֿאָן, כּדי יעדער פֿאַרבײַגייער זאָל זיי קאָנען אויפֿהייבן און זיך אַרײַנכאַפּן אינעם קרעמל. דער מחבר פֿונעם פּורימדיק פּאַשקעוויל האָט, למעשׂה, געשאַפֿן אַ מין טשיקאַווע „אַנטי-רעקלאַמע‟ און צוגעצויגן דעם עולם צום נײַעם געשעפֿטל.
צום באַדויערן, איז די סאַטמאַרער קהילה לעצטנס באַרימט געוואָרן אין דער וועלט צוליב נעגאַטיווע סיבות, אין שײַכות מיט געוויסע יחידים — דער עיקר, נאָכן סקאַנדאַל מיט נחמיה וועבערמאַן, וועלכער זיצט איצט אין תּפֿיסה פֿאַר סעקסועלע באַלעסטיקונגען. אַ סך סאַטמאַרער חסידים האָבן טאַקע פּראָטעסטירט קעגן זײַן אַרעסט און קעגן דעם אופֿן, ווי אַזוי דער געריכט-פּראָצעס איז דורכגעפֿירט געוואָרן. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז די סאַטמאַרער קהילה פֿאַרטיידיקן וועבערמאַנען. אַ טייל יאָ, אַ טייל נישט. פּונקט פֿאַרקערט, וועבערמאַנס אַ קרובֿ, אַ באַקאַנטער רבֿ, האָט מיר געזאָגט אין אַ פּריוואַטן שמועס, אַז דער אַרעסטירטער האָט מיט זײַנע עקלדיקע מעשׂים כּשר פֿאַרדינט דערשאָסן צו ווערן. דער סאַטמאַרער עולם האָט אָבער נישט ליב — גאַנץ פֿאַרשטענדלעך — ווען די דרויסנדיקע כּוחות מישן זיך אַרײַן אין זייערע אינערלעכע ענינים. דער זעלבער חשד לגבי דער מלוכישער מאַכט איז פֿאַרשפּרייט אין אַ סך עטנישע קוואַרטאַלן — למשל, אַפֿראָ-אַמעריקאַנער און שפּאַניש-רעדנדיקע.
אַוודאי, לײַדט די סאַטמאַרער קהילה פֿון אַ ריי פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען און חסרונות. די געריכט-סיסטעם מישט זיך צומאָל אַרײַן אין די קהילה-ענינים, ווען די חסידים אַליין קאָנען נישט באַשיצן זייערע קינדער פֿון באַלעסטיקער און זייערע כּלל-טוער פֿון קאָרופּציע. אין אַנדערע פֿאַלן טוען זיי עס אָבער יאָ, און גאַנץ עפֿעקטיוו. מיט יאָרן צוריק, לעבנדיק נאָך אין רוסלאַנד, האָב איך זיך דערוווּסט וועגן אַ חסידישן פּעדאָפֿיל פֿון ניו-יאָרק, וועלכער איז אַנטלאָפֿן אַזש קיין אוקראַיִנע, ווײַל פֿון וויליאַמסבורג האָט מען אים מיט קלעפּ און דראָונגען פֿיזיש אַרויסגעוואָרפֿן.
אַן אַנדער פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס רעליגיע ווערט אָפּגעהיט צווישן די סאַטמאַרער חסידים — צומאָל, זיכער נישט תּמיד און נישט צו אָפֿט — דורך צוואַנג-מיטלען, און נישט דורך פּאָזיטיווע פֿרײַוויליקע ווערטן, ווי, למשל, אין אַ סך ליובאַוויטשער קהילות פֿון בעל-תּשובֿות.
פֿונדעסטוועגן, האָט זיך דעם סאַטמאַרער רבין, יואל טייטלבוים זצ״ל, אײַנגעגעבן פֿאַקטיש צו רעאַליזירן, אויף אַ שטאַרק-פֿרומען שטייגער, דעם בונדיסטישן אָדער טעריטאָריאַליסטישן געדאַנק פֿון אַ ייִדישן זעלבסט-גערירטן לעבן, און פֿאַרשפּרייטן דעם דאָזיקן געדאַנק צווישן צענדליקער קלענערע חסידישע גרופּעס. הײַנט באַטרעפֿט די סאַטמאַרער קהילה — די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט — בערך 130,000 נפֿשות און האַלט אין איין וואַקסן.
די קהילה-אינפֿראַסטרוקטור דערמעגלעכט צו דערציִען די קינדער, לעבן און אַרבעטן אין אַ ייִדיש-רעדנדיקער סבֿיבֿה. צוזאַמען מיט אַנדערע מער-ווייניקער אַליִיִרטע גרופּעס, וואָס שטאַמען על-פּי-רובֿ פֿון גאַליציאַנער און אונגערישע שטעטלעך, שטעלט מיט זיך סאַטמאַר פֿאָר אַ גאַנץ „ייִדישלאַנד‟, מיט אַ גענוג-גרויסער באַפֿעלקערונג, וועלכע קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט אַזאַ לאַנד, ווי איסלאַנד אָדער אַפֿילו לוקסעמבורג.
ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז צווישן די סאַטמאַרער חסידים איז ווײַט נישט אַלץ אַזוי אײַ־אײַ־אײַ. ענלעכע פּראָבלעמען טרעפֿן זיך אין אַ סך סעפּאַראַטיסטישע און פּאָסט-קאָלאָניאַלע באַוועגונגען אַרום דער וועלט, בפֿרט ווען זיי פּראַקטיקירן אַ לעבנס-שטייגער, וואָס שיידט זיך ראַדיקאַל אונטער פֿון דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג. עס זענען באַקאַנט אויך נישט ווייניק פֿאַלן, ווען סעפּאַראַטיסטיזם ברענגט צום פּאַטריאַרכאַלן גוואַלד און אומיושר. און פֿאָרט, איידער מע הייבט אָן באַגיסן סאַטמאַר מיט שוועבל און פּעך, זאָל מען זיך דערמאָנען, אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ נײַעם מין ייִדישלאַנד, אַ גרויסן אינדזל פֿון אַ לעבעדיקער אַשכּנזישער עטנישער קולטור, וואָס אַנטוויקלט זיך איצט — נישט געקוקט אויף די פֿאַרשיידענע חסרונות — מיט אַ פֿאָנאָמענאַלער שנעלקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.