(ייִט״אַ) אויב איר ווילט וווינען אויף דער פּאַרק־עוועניו, זענען דאָרט די דירות נאָך טײַערער געוואָרן. אָבער דאָ רעדט זיך וועגן פּאַרק־עוועניו אין ברוקלין, נישט אין מאַנהעטן. צענדליקער יאָרן איז די געגנט פֿון בעדפֿאָרד־סטײַוועסענט געווען באַקאַנט פֿאַר דער פֿאַרברעכערײַ און צעלאָזנקייט. אָבער הײַנט, צוליב דער וואַקסנדיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין וויליאַמסברוג, וווּ עס דאָמינירן די סאַטמאַרער חסידים, האָבן אַ גרויסע צאָל חסידים אָנגעהויבן זיך אַרײַנצוציִען אין בעדפֿאָרד־סטײַוועסטאַנט, און דאָס, למעשׂה, פֿאַרברייטערט דעם ייִדישן וויליאַמסבורג.
„מיט צען יאָר צוריק האָט קיין איין ייִד נישט געוווינט דאָ‟, דערציילט משה, דער אויפֿזעער פֿון אַ בוי־פּראָיעקט, וואָס האָט געוואָלט בלײַבן אַנאָנים. „האָט די שטאָט געביטן די געזעצן וואָס שייך, וואָס מע מעג בויען דאָ, האָט זיך אַלץ געביטן.‟ די דאָזיקע שינויים האָבן דערמעגלעכט אַ גוואַלדיקן צוּוווּקס פֿון די חסידים אין די נײַע אַרומיקע געגנטן.
לויט אַ שטודיע פֿון דער ניו־יאָרקער „ייִדישער פֿעדעראַציע‟ אין יאַנואַר 2013, האָבן 75,000 ייִדן געוווינט אין וויליאַמסבורג; מיט 10 יאָר פֿריִער — בלויז 53,000 ייִדן. די גרעסערע ייִדישע געגנט אין ברוקלין, באָראָ־פּאַרק, האָט אַרײַנגענומען 130,000 ייִדן אין 2011, אויך אַ גרעסערער וווּקס, אין פֿאַרגלײַך מיט צען יאָר פֿריִער.
די וואַקסנדיקע באַפֿעלקערונג שאַפֿט אַ פּראָבלעם: די דירות ווערן טײַערער. דער דורכשניטלעכער פּרײַז פֿאַר אַ דירה אויף דער „פּאַרק־עוועניו‟ איז $500,000; דאָס איז טײַערער מיט 80% פֿון די אַנדערע געגנטן אין ניו־יאָרק. אָבער די הכנסה פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אין די נידעריקסטע 90% פֿון די אַמעריקאַנער געגנטן.
„די פּרײַזן ווערן טײַערער, און עס ווערט שווערער פֿאַר יונגע משפּחות צו קויפֿן עפּעס אין דער געגנט‟, האָט באַטאָנט גאַרי שלעזינגער, דער דירעקטאָר פֿון אַ חרידישער אָרגאַניזאַציע — „יו־דזשיי־קייר‟. „איך האָב צוויי חתונה־געהאַטע קינדער, וועלכע זענען נישט מסוגל צו פֿאַרמאָגן לאַנד‟.
דעריבער דינגען די חסידים פֿון וויליאַמסבורג זייערע דירות. אַ העלפֿט פֿון די ייִדן אין אַנדערע געגנטן פֿון ברוקלין, להיפּוך, פֿאַרמאָגן דירות, און זענען נישט קיין לאָקאַטאָרן. בוי־פֿירמעס זענען איצט זייער פֿאַרנומען מיט נײַע בוי־פּראָיעקטן פֿאַר די חסידים אין די געגנטן בעדפֿאָרד־סטײַוועסענט און קלינטאָן־היל. ווי ווייסט מען, אַז די בנינים זענען געצילט אויף חסידים? די באַלקאָנען ווערן געבויט, זיי זאָלן נישט צודעקן דעם באַלקאָן אונטער זיי, כּדי די סוכּות, וואָס מע בויט אויף די באַלקאָנען, זאָלן זײַן כּשר. „גיט אַ קוק אויף די באַלקאָנען און די שטאַנגען אויף די פֿענצטער צו היטן די קינדער; בעד־סטײַ און קלינטאָן־היל ווערן חסידיש‟ האָט דערציילט ישׂראל קאַגאַן, אַ וועגווײַזער פֿון דער חסידישער וויליאַמסבורגער געגנט.
נישט אַלץ, אָבער, גייט כּשורה, וואָס שייך דער פֿאַרברייטערונג פֿון דער חסידישער געגנט. חסידים, אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און ניו־יאָרקער פֿון דרום־אַמעריקע און מעקסיקע קאָנקורירן צווישן זיך פֿאַר די דירות אין דער געגנט. אַן אָרגאַניזאַציע וואָס שטיצט די מענטשן, וועלכע זענען נישט פֿון דער חסידישער געזעלשאַפֿט, גייט אין געריכט בנוגע אַ שטיקל לאַנד אין מיטן פֿון דער געגנט, אויף וועלכער די שטאָט האָט געגעבן אַ דערלויבעניש צו בויען איינער אַ חסידישער אָרגאַניזאַציע אין 2006. וואָס פֿאַר אַ פּסק זאָל מען נישט באַקומען אין געריכט, וועט דער דוחק אין דירות פֿאַר דער חסידישער קהילה אין וויליאַמסבורג נישט לײַכט געלייזט ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.