לאָס-אַנדזשעלעס (ייִט״אַ). — צוויי ישׂראלדיקע דאָקומענטאַלע פֿילמען, וועלכע האָבן געהאָפֿט צו געווינען הײַיאָר אַן „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן דאָקומענטאַר, האָבן נישט געוווּנען דעם פּריז. דער געווינער איז געווען דער שוועדיש-בריטישער פֿילם מיטן נאָמען „זוכנדיק דעם צוקער־מענטש‟ („Searching for Sugar Man‟). זונטיק אין אָוונט, האָט דער „אָסקאַר‟-זשורי באַטראַכט אַ צאָל נאָמינירטע דאָקומענטאַלע פֿילמען, בתוכם אַ ישׂראלדיקן דאָקומענטאַר מיטן נאָמען „שומרי הסף‟ („די טויער-וועכטער‟), וווּ עס ווערט געוויזן אַ סעריע אינטערוויוען מיט זעקס געוועזענע אָנפֿירער פֿון דער זיכערהייט-אינסטאַנץ „שין-בית‟; און דער בשותּפֿותדיקע ישׂראל-פּאַלעסטינער פֿילם מיטן נאָמען „פֿינף צעבראָכענע קאַמערעס‟, וועגן דעם קאַמף אין אַ פּאַלעסטינער דאָרף קעגן דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון אַ בשכנותדיקן ישׂראלדיקן ייִשובֿ.
דער רעזשיסאָר דרור מורה ווײַזט אין זײַן פֿילם „שומרי הסף‟, ווי די געוועזענע פֿירער פֿון „שין־בֿית‟ רעדן קעגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק אויף די פּאַלעסטינער שטחים און באַטאָנען, אַז זי ברענגט נאָר צרות פֿאַר ביידע צדדים. די אינטערוויויִרטע האַלטן, אַז ישׂראל מוז פֿירן שלום-פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, אויב אַפֿילו דאָס מיינט אַ קאָנטאַקט מיט די טעראָריסטישע גרופּעס.
דער פֿילם „פֿינף צעבראָכענע קאַמערעס‟ איז געשאַפֿן געוואָרן דורכן פּאַלעסטינער רעזשיסאָר עמאַד בורנאַט און זײַן ישׂראלדיקן שותּף גיא דוידי. בורנאַט, אַ פּאַלעסטינער פּויער פֿונעם דאָרף בילין, האָט אינעם יאָר 2005, ווען זײַן זון זשעבראַיִל איז געבוירן געוואָרן, אָנגעהויבן פֿילמירן די באַציִונגען צווישן די פּאַלעסטינער און די אײַנוווינער פֿונעם ישׂראלדיקן ייִשובֿ מודיעין עילית, וועלכער איז דעמאָלט געגרינדעט געוואָרן נישט ווײַט פֿון בילין. די תּושבֿים פֿונעם פּאַלעסטינער דאָרף האָבן פּראָטעסטירט קעגן דעם, וואָס איבער דעם נײַעם ייִשובֿ האָבן זיי פֿאַרלוירן דעם צוטריט דעם לאַנד; די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט באַשיצט די ייִשובֿניקעס. מיט דער פֿינאַנציעלער הילף פֿון גיא דוידי, האָט בורנאַט פֿאַרוואַנדלט זײַנע פּריוואַטע פֿילמען אין אַן עכטן דאָקומענטאַר.
דערווײַל האָבן די ישׂראלדיקע פֿילמען נאָך קיינמאָל נישט באַקומען אַן „אָסקאַר‟, הגם עטלעכע פֿון זיי זענען שוין נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן דאָזיקן פּרעסטיזשפֿולן פֿאַרמעסט אין דער קאַטעגאָריע פֿון די בעסטע אויסלענדישע פֿילמען.
דעניעל דיי-ליויִס האָט געוווּנגען זײַן דריטן „אָסקאַר‟ ווי דער בעסטער אַקטיאָר, פֿאַר זײַן ראָלע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אַבראַהאַם לינקאָלן אינעם פֿילם „לינקאָלן‟. דיי-ליויִס איז אַ ייִד, אַ זון פֿון דער אַקטריסע זשיל באַלקאָן, וואָס אירע עלטערן האָבן עמיגרירט קיין לאָנדאָן פֿון לעטלאַנד און פּוילן. צוויי אַנדערע באַרימטע ייִדישע נאָמינאַנאַטן פֿונעם זעלבן פֿילם, דער רעזשיסער סטיווען ספּילבערג און דער סצענאַריסט טאָני קושנער, האָבן נישט באַקומען דאָס מאָל קיין פּריז.
דעם „אָסקאַר‟ פֿאַר דער בעסטער קינעמאַטאָגראַפֿיע האָט באַקומען דער אַמעריקאַנער פֿילם „אַרגאָ‟ — אַ דראַמאַטישער „טרילער‟, וווּ עס ווערט דערציילן וועגן זעקס פֿאַרכאַפּטע אַמעריקאַנער בעת דער איראַנישער רעוואָלוציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.