דעם 23סטן פֿעברואַר איז אין פּאַריז געשטאָרבן, אינעם עלטער פֿון 75 יאָר, וולאַדימיר קאָטליאַראָוו — אַן אומגעוויינטלעכער קינסטלער, פּאָעט, אַקטיאָר, דענקער און פֿאַרלעגער, וועלכער האָט געגרינדעט אַ נײַע „לעבעדיקע‟ באַוועגונג אין קונסט, וואָס הייסט „וויווריזם‟, פֿונעם פֿראַנצויזישן וואָרט „vivre‟ — „צו לעבן‟.
קאָטליאַראָוו, באַקאַנט אונטערן צונעמעניש „טאָלסטי‟ („דער דיקער‟), ווי ער פֿלעגט אונטערשרײַבן אַלע זײַנע קונסט-ווערק, איז געבוירן געוואָרן אין אַ מאָסקווער ייִדיש-שטאַמיקער משפּחה, אינעם יאָר 1937. ער האָט פֿאַרענדיקט דעם היסטאָרישן פֿאַקולטעט פֿונעם מאָסקווער אוניווערסיטעט ווי אַ קונסט-היסטאָריקער. לעבנדיק אין מאָסקווע, האָט קאָטליאַראָוו געאַרבעט ווי אַ ראַדיאָ־דיקטאָר, עלעקטראָניק-אינזשעניר און קינסטלער-רעסטאַווראַטאָר. אין דער זעלבער צײַט, האָט ער זיך באַטייליקט אינעם לינקן פֿליגל פֿון דער סאָוועטישער אונטערערדישער דיסידענטישער סבֿיבֿה, קריטיקירנדיק דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד ווי אַ פֿאַלשע און פֿאַרקריפּלטע פֿאָרמע פֿון סאָציאַליזם.
אינעם יאָר 1979, האָט קאָטליאַראָוו איבערגעלאָזט אַ סימבאָלישע מצבֿה פֿאַר זיך אויף דעם אוראַלטן מאָסקווער „דאָנער‟ צווינטער, און איז אַוועקגעפֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך, וווּ ער האָט ממשיך געווען אָפֿענערהייט זײַן לינקע פּאָטיליש-קינסטלערישע טעטיקייט. בעת איינער פֿון זײַנע אומגעוויינטלעכע קונסט-אַקציעס, האָט קאָטליאַראָוו זיך אויפֿגעהאַנגען אויף אַ קרייץ, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דער אויטאָריטאַרער רעליגיע און מאַכט, און איז אַרעסטירט געוואָרן דורך דער פֿראַנצויזישער פּאָליציי.
אינעם יאָר 1981 איז ער אַרײַנגעקראָכן אינעם באַרימטן רוימער „טרעווי‟-פֿאָנטאַן, שרײַענדיק „היט אָפּ דעם פּויפּסט!‟. די איטאַליענישע פּאָליציי האָט אַרעסטירט דעם בונטאַרישן קינסטלער אויף אַ וואָך; ווען קאָטליאַראָוו איז באַפֿרײַט געוואָרן, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זײַנע ווערטער זענען געווען אַ שטיקל נבֿואה: מעכמעט אַלע אַדזשאַ, אַ טערקישער טעראָריסט, האָט דעמאָלט פֿאַרוווּנדעט דעם פּויפּסט יאָהאַן־פּאול דעם צווייטן.
קאָטליאַראָוו האָט געשפּילט אין אַ ריי פֿראַנצויזישע פֿילמען — למשל, אין דער געראָטענער עקראַניזאַציע פֿון אַלעקסאַנדער דיומאַס ראָמאַן „די קיניגין מאַרגאָ‟, געמאַכט אינעם יאָר 1994 פֿונעם רעזשיסאָר פּאַטריס שעראָ. במשך פֿון אַ סך יאָר, האָט דער קינסטלער אַרויסגעגעבן אויף רוסיש דעם קינסטלערישן אַוואַנגאַרד-זשורנאַל „מולעטאַ‟, באַקאַנט מיט זײַן ביז גאָר שאַרפֿן, שאָקירנדיקן און כוליגאַנישן כאַראַקטער פֿון די מאַטעריאַלן.
קאָטליאַראָוו האָט געגרינדעט אין פּאַריז אַ רוסישע אַנאַרכיסטישע גרופּע, פּרוּוונדיק אויפֿצולעבן אויף אַ חידושדיקן שטייגער די אַמאָליקע רוסישע געהיימע רעוואָלוציאָנערע באַוועגונג „ערד און ווילן‟ („Земля и воля‟).
מיט דעם רעכט-געשטימטן מין רוסישע דיסידענטן איז קאָטליאַראָוו געווען נישט מסכּים, און האָט פֿון זיי כּסדר חוזק געמאַכט; למשל, האָט ער אַמאָל געשאַפֿן אַ סעריע צייכענונגען, וווּ דאָס פּנים פֿונעם שרײַבער אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין — וועלכן דער קינסטלער האָט געהאַלטן פֿאַר אַ גרויסן פּאַטריאָט און העלד פֿון דער דיסידענטישער באַוועגונג, אָבער האָט נישט מסכּים געווען מיט זײַנע פּאָזיציעס — ווערט „על-פּי-נס‟ פֿאַרוואַנדלט אין סטאַלינס געזיכט. די צייכענונגען זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין זײַן אַנדער „כוליגאַנישער‟ פּאַריזער אויסגאַבע, „וועטשערני זוואָן‟.
אינעם לעצטנס פּעריאָד פֿון זײַן לעבן, האָט קאָטליאַראָוו, זײַענדיק אַ שׂונא פֿון קאַפּיטאַליזם, אויסגעטראַכט אַ נײַעם מין קונסט: צו צעשטערן געלט, באַצירנדיק באַנקנאָטן מיט רעוואָלוציאָנערע, פּאָליטישע און פֿילאָסאָפֿישע לאָזונגען. אַ סך אַזעלכע קונסט-ווערק האָט ער צעשיקט אומזיסט דורך דער פּאָסט. ווי אַ קינסטלער, האָט ער זיך באַגרינדעט אויף דער טראַדיציע פֿון די דאַדאַיִסטן און סוררעאַליסטן.
קאָטליאַראָוו האָט אין זײַנע אינטערוויוען נישט איינמאָל באַטאָנט, אַז הגם די מערבֿדיקע וועלט ווערט באַטראַכט ווי דער צענטער פֿון ציוויליזאַציע, איז די גרעסטע קולטור געשאַפֿן געוואָרן אין רוסלאַנד.
פּסוי קאָראָלענקאָ, אַ באַקאַנטער מאָסקווער זינגער, קולטור-טוער און אַ ייִדיש-אַקטיוויסט, באַנוצט זיך צומאָל, אויף זײַן אייגענעם שטייגער, מיט קונסט-מיטלען, וואָס דערמאָנען אין קאָטליאַראָווס אידעען; אינעם סאָציאַל-פּאָליטישן זין איז אָבער קאָראָלענקאָ ווײַט נישט אַזוי ראַדיקאַל, ווי דער פֿאַרשטאָרבענער קינסטלער. אַן אַנדער הײַנטצײַטיקע רוסישע גרופּע, קלאָר באַאײַנפֿלוסט פֿון קאָטליאַראָוון, איז דער מאָסקווער קונסט-קאָלעקטיוו „מלחמה!‟, באַקאַנט מיט פֿאַרשיידענע טשיקאַווע, אָפֿט בפֿירוש אומגעזעצלעכע, פּערפֿאָרמאַנס-אַקציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.