דייוו ליבמאַן ווייסט, אַז ער איז זייער אַנדערש פֿון די ייִדן אין דרום־פֿלאָרידע — און אפֿשר אַנדערש פֿון די ייִדן אומעטום.
טראָגנדיק ציכלעך אין די הענט, און געיעג־שטיוול אויף די פֿיס, האָט ליבמאַן לעצטנס פֿאַרבראַכט אַ גאַנצן טאָג, פֿאָרנדיק אין זײַן קליינעם משׂא־אויטאָ איבער די „עווערגליידס‟, האָפֿנדיק צו פֿאַנגען אַ בורמעזישן פּיטאָן — אַ מין שלאַנג, וואָס קאָן אויסוואַקסן אַזוי גרויס, ער זאָל קאָנען אויפֿעסן אַ הירש.
„מײַן ווײַב איז נישט צופֿרידן, וואָס איך ניץ אירע ציכלען צו כאַפּן די שלאַנגען,‟ האָט ער געזאָגט דעם Forward. „אָבער וואָס קען איך טאָן? פּיטאָנען האָבן ליב דעם שטאָף פֿון לײַלעכער.‟
„איך בין מסתּמא דער איינציקער ייִדישער ׳רעדנעק׳ [פּויערישער טיפּ], וואָס דו האָסט אַמאָל באַגעגנט,‟ האָט ער צוגעגעבן מיט אַ שמייכל.
ליבמאַן איז געווען איינער פֿון בערך 1,500 מענטשן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרשריבן צו פֿאַנגען פּיטאָנען אין די „עווערגליידס‟, דורך אַ פֿאַרמעסט אָנגעפֿירט פֿון דער „פֿלאָרידער קאָמיסיע פֿון פֿיש און חיות‟, כּדי צו לאָזן דער וועלט וויסן וועגן דער וואַקסנדיקער פּראָבלעם פֿון די בורמעזישע פּיטאָנען אין פֿלאָרידע.
לכתּחילה האָבן מענטשן אימפּאָרטירט די שלאַנגען ווי שטוב־חיות, אָבער דערנאָך האָבן זייערע אייגנטימער זיי איבערגעלאָזט אין די „עווערגליידס‟, און זייער פּאָפּולאַציע וואַקסט כּסדר. דער רעזולטאַט: די פּיטאָנען עסן אויף די קליינע הי־געבוירענע מינים זויגערס, און שאַטן דערבײַ דער עקאָ־סיסטעם.
דער פֿאַרמעסט האָט געדויערט פֿונעם 12טן יאַנואַר ביזן 10טן פֿעברואַר.
אין זײַן שטוב אין וועסטאָן, אַ פֿאָרשטאָט אין בראַואַרד־קאַונטי, פּאַסט ליבמאַן אויף אויף אַ מענאַזשעריע פֿון געראַטעוועטע חיות: פֿיר מינים שלאַנגען, כאַמעלעאָנען, עטלעכע הינט, אַ קאַץ און אַ קראָליקל. ער פֿירט אויך אַ קאַמפּאַניע צו לאָזן מענטשן וויסן וועגן די סכּנות פֿון באַפֿרײַען שטוב־חיות און זיי לאָזן אויף הפֿקר.
„צום באַדויערן, האַלטן אַ סך מענטשן, אַז די ׳עווערגליידס׳ איז אַ גוט אָרט איבערצולאָזן די שטוב־חיות, וואָס זיי ווילן נישט מער,‟ האָט ער געזאָגט. „דאָס, בײַ מיר, איז דער גרעסטער זינד אין דער וועלט.‟
אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך פֿון זײַנע קאָנקורענטן אינעם פֿאַרמעסט, וועלכע האָבן געדאַרפֿט באַקומען אַ צײַטווײַליקן געיעג־פּאַס נאָכן פֿאַרענדיקן אַ ספּעציעלן קורס, פֿאַרמאָגט ליבמאַן אַן אָפֿיציעלן פּאַס צו פֿאַנגען שלאַנגען אַ גאַנץ יאָר. צום סוף, איז ער געקומען אויפֿן דריטן אָרט, נאָכן פֿאַנגען פֿיר בורמעזישע פּיטאָנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.