אַ גרופּע פֿאָרשטייער פֿון דער איראַנער רעוואָלוציאָנערער גוואַרדיע האָט זיך אײַנגעאָרדנט אין עזה, האָבן די הויך־ראַנגיקע פּאַלעסטינער זיכערהייט־כּוחות איבערגעגעבן דעם ישׂראלדיקן מעדיאַ־קוואַל „וואַלאַ‟.
לויטן באַריכט, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן דינסטיק, זענען די איראַנער פֿאָרשטייער געניטע ראַקעטן־מאַכער, וועלכע האָבן זיך אַריבערגעקליבן אין עזה, כּדי צו העלפֿן „כאַמאַס‟ און „איסלאַמישן דזשיהאַד‟ אַנטוויקלען ווײַט־גרייכיקע ראַקעטן.
די ישׂראלדיקע זיכערהייט־ און דיפּלאָמאַטישע קוואַלן האָבן באַשטעטיקט די ידיעה, אָבער נישט פֿאַרעפֿנטלעכט קיין פּרטים וועגן דעם. דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס עס געפֿינען זיך איראַנער פֿאָרשטייער אין עזה, האָבן די קוואַלן געזאָגט.
דער באַריכט איז אָפּגעדרוקט געוואָרן באַלד נאָך דעם ווי אַ „גראַד‟־ראַקעט פֿון עזה איז אַרויסגעשאָסן געוואָרן אויף דרום פֿון אַשקלון. דאָס איז געווען דער ערשטער ראַקעטן־אַטאַק זינט דעם סוף פֿון דער אָפּעראַציע „וואָלקן־זײַל‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער.
דער ראַקעט איז געפֿאַלן בערך 6:00 אין דער פֿרי, און האָט אויפֿגעריסן אין אַן אָפֿענעם פֿעלד. קיין סירענעס האָבן נישט געקלונגען, און דער „אײַזערנער קופּאָל‟ שוץ־סיסטעם איז נישט אַקטיוויזירט געוואָרן.
די „מאַרטירער־בריגאַדע פֿון אַל־אַקסאַ‟ האָט אָנגענומען דאָס אַחריות פֿאַרן ראַקעט, דערקלערנדיק, אַז דאָס איז אַ נקמה־אַקציע נאָכן טויט פֿונעם פּאַלעסטינער אַרעסטאַנט, אַראַפֿאַט דזשאַראַדאַט, וועלכער איז די וואָך אומגעקומען, אַ פּנים, צוליב פּײַניקונג־מיטלען בעת אַן אויספֿרעג אין אַ ישׂראלדיקער תּפֿיסה.
לויט דעם פֿײַער־איבעררײַס, וואָס ישׂראל און עזה האָבן דערגרייכט אין נאָוועמבער מיט דער הילף פֿון עגיפּטן, האָט ישׂראל מסכּים געווען נישט דורכצופֿירן קיין מיליטערישע אָפּעראַציעס אין עזה, אָדער קיין אַטענטאַטן אויף די אָרטיקע הויך־ראַנגיקע מיליטערישע פֿירער. „כאַמאַס‟, פֿון איר זײַט, האָט מסכּים געווען נישט צו שיסן קיין ראַקעטן אויף ישׂראל אָדער שיסן מיט ביקסן איבער דער ישׂראלדיקער גרענעץ.
דער אָפּמאַך איז געווען אַ גאַראַנטיע פֿאַר „כאַמאַס‟, אַז ישׂראל וועט זיך צוריקציִען פֿון דער נייטראַלער זאָנע אויף דער „כאַמאַס‟־זײַט פֿון דער גרענעץ. ישׂראל האָט געהאַט אויפֿגעשטעלט יענע זאָנע, כּדי זיך צו באַוואָרענען פֿון אויפֿרײַס־מאַטעריאַלן און פֿון פּאַלעסטינער יחידים, וועלכע דערנענטערן זיך צו דער ישׂראלדיקער גרענעץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.