„ישׂראל-אינסטיטוט‟ עפֿנט זיך אין וואַשינגטאָן

Israel Institute Opens in D.C.


פֿון ייִט״אַ

Published February 27, 2013, issue of March 15, 2013.

וואַשינגטאָן. — דער נײַער „ישׂראלדיקער אינסטיטוט‟ אין וואַשינגטאָן האָט איבערגעגעבן, אַז ער וועט אויסגעבן סטיפּענדיעס, פֿירן לעקציעס און פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאָרשונגען, כּדי צו אַנטוויקלען די שטודיעס פֿונעם מאָדערנעם ישׂראל. איתמר ראַבינאָוויטש, אַ געוועזענער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועט דינען ווי דער נײַער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע.

דער „ישׂראלדיקער אינסטיטוט‟ איז געגרינדעט געוואָרן דורך דער „פֿונדאַציע פֿון טשאַרלז און לין שוסטערמאַנס משפּחה‟ און האָט זיך געעפֿנט דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר. אין זײַן מעלדונג, האָט ראַבינאָוויטש באַטאָנט, אַז מדינת-ישׂראל איז „אַן אינטעלעקטועלער, וויסנשאַפֿטלעכער, קינסטלערישער און טעכנאָלאָגישער צענטער‟. פֿונדעסטוועגן, האָט דער פּרעזידענט פֿונעם בילדונג-אַנשטאַלט צוגעגעבן, פֿאָקוסירן זיך דיסקוסיעס וועגן ישׂראל אויף דעם קאָנפֿליקט אינעם מיטל-מיזרח. הגם ס׳איז טאַקע אַ וויכטיקע פֿראַגע, וואָס פֿאָדערט אַן ערנסטן אַנאַליז, זענען אין ישׂראל פֿאַראַן אַנדערע אַספּעקטן, וועלכע זענען ווערט צו שטודירן. דער אויפֿקום פֿון ישׂראלדיקע שטודיעס, ווי אַ ספּעציעל אַקאַדעמיש געביט, האָט דערקלערט ראַבינאָוויטש, וועלן גיבן די סטודענטן, אינטעלעקטואַלן, קינסטלער און פּאָליטיקער אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרבינדן זיך מיט דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און קולטור. דער אינסטיטוט האָפֿט אויך צו שאַפֿן רעסורסן פֿאַר קאָאָפּעראַציע, וועלכע קאָנען צונוץ קומען אין ברייטערע קרײַזן.

דער אינסטיטוט פּלאַנירט פֿאָרצולייגן אויסטויש-פּראָגראַמען צווישן די פֿאָרשער אין ישׂראל און אַנדערע לענדער, צו אָרגאַניזירן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, צו שטיצן בילדונג-סעמינאַרן פֿאַר אוניווערסיטעט-פֿירער אין ישׂראל, און צו העלפֿן דער אַנטוויקלונג פֿון נײַע פֿאָרשערישע און אַקאַדעמישע מיטלען.

דער „ישׂראל-אינסטיטוט‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2012 ווי אַן אומאָפּהענגיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט נישט קיין שײַכות צו וועלכער-ניט-איז פּאַרטיי. אַחוץ די געביטן פֿון שטודיעס, וועלכע ראַבינאָוויטש האָט דערמאָנט אין זײַן הײַנטיקער מעלדונג, פּלאַנירט דער אַנשטאַלט צו פֿאָרשן די ישׂראלדיקע געשיכטע, עקאָנאָמיע, ליטעראַטור, געזעלשאַפֿט און אַנדערע ענינים, ווי אויך פּאָליטיק און אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען.

ראַבינאָוויטש האָט געדינט ווי אַ ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין אַמעריקע פֿון 1992 ביז 1996, און האָט געשפּילט אַ שליסל-ראָלע אין די פֿאַרהאַנדלונגען מיט סיריע. ער איז אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און איצט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט.