ישׂראל (ייִט״אַ). — די ישׂראלדיקע מענטשנרעכט־אַקטיוויסטן און אַ צאָל פּאָליטיקער האָבן דערקלערט, אַז די געהיימע דעפּאָרטאַציע פֿון מער ווי 1,000 סודאַנער פֿון ישׂראל איז געווען אוממאָראַליש און ברעכט די יסודות פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ. דער פּרעמיער-מיניסטער, בנימין נתניהו, און דער אינערן-מיניסטער, אלי ישי, האָבן דערווײַל נישט געענטפֿערט אויף דער קריטיק.
דינסטיק האָט די צײַטונג „האָרץ‟ פּובליקירט אַ רעפּאָרטאַזש וועגן געהיימע דעפּאָרטאַציעס פֿון די סודאַנער פּליטים, וועלכע זענען אַרויסגעפֿירט געוואָרן פֿון ישׂראל צוריק קיין סודאַן דורך אַנדערע לענדער. די אָפּעראַציעס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן בשתּיקה; מע האָט נישט אינפֿאָרמירט וועגן די פּליטים-אַגענטור בײַ דער „יו-ען‟.
שעלי יאַכימאָוויטש, אַ כּנסת-דעפּוטאַטין, וועלכע פֿירט אָן מיט דער אַרבעטער-פּאַרטיי, האָט באַטאָנט, אַז די דעפּאָרטאַציעס זענען אוממאָראַליש; דובֿ כענין, אַ דעפּוטאַט פֿון דער פּאַרטיי „חד״ש‟, האָט געפֿאָדערט זיי אומגעזאַמט אָפּצושטעלן. כענין האָט אויך גערופֿן נתניהו דורכצופֿירן אַן אויספֿאָרשונג און אויסצוגעפֿינען, ווער האָט געגעבן דעם באַפֿעל צו דעפּאָרטירן די סודאַנער. יאַכימאָוויטש האָט צוגעגעבן, אַז ייִדן, ווי אַ פֿאָלק, וואָס האָט אַ סך געליטן פֿון רדיפֿות און פּאָגראָמען, האָט אַ ספּעציעלע פֿליכט צו באַשיצן די פּליטים פֿון גענאָציד.
סודאַן האַלט ישׂראל פֿאַר אַ שׂונא און האָט געוואָרנט, אַז אַלע סודאַנער בירגער, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן קיין ישׂראל, וועלן באַשטראָפֿט ווערן. דערפֿאַר, ווי עס האָבן דערקלערט די מענטשנרעכט-גרופּעס, קומען די דעפּאָרטאַציעס אין אַ שאַרפֿער סתּירה מיט די יסודותדיקע פֿליכט לגבי די פּליטים, לויט דעם אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ. רעות מיכאלי, די אויספֿיר-דירעקטאָרין פֿון דער „הייסער ליניע‟ פֿאַר אימיגראַנט-אַרבעטער, האָט באַמערקט, אַז אויב ישׂראל האָט אַזוי גרינג מסכּים געווען אַרויסצושיקן פֿרעמדע פּליטים, אײַנשטעלנדיק זייער לעבן אין אַ סכּנה — איז עס אַ סימן, אַז דער ענין פֿון ייִדישער דעמאָגראַפֿיע איז געוואָרן פֿאַר דער מלוכה וויכטיקער, ווי ייִדישע מאָראַלישע ווערטן.
שחר שוהם, וועלכער פֿירט אָן מיטן אימיגראַנטן-אָפּטייל בײַם „דאָקטוירים-צענטער פֿאַר מענטשנרעכט‟, האָט באַטאָנט, אַז איר אָרגאַניזאַציע פֿאַרנעמט זיך כּסדר מיט קרבנות פֿון פּײַניקונגען, שקלאַפֿערײַ און רדיפֿות, וועלכע מע טאָר נישט אַזוי באַהאַנדלען.
די פּאָזיציע פֿון דער „יו־ען‟ וועגן דעם ענין איז שוין לאַנג קלאָר באַקאַנט. מיכאל בבֿלי, אַן עצה־געבער בײַ דער „פּליטים־אַגענטור‟, האָט געוואָרנט די ישׂראלדיקע רעגירונג אינעם יאָר 2008, אַז אַ דעפּאָרטאַציע פֿון די סודאַנער פּליטים וואָלט געווען פֿאַררעכנט ווי אַ פֿאַרברעכנס פֿונעם ערגסטן סאָרט. וויליאַם טאָל, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער „פּליטים-אַגענטור‟ בײַ דער „יו־ען‟ אין ישׂראל, האָט נישט לאַנג צוריק דערקלערט אין אַן אינטערוויו פֿאַר „האָרץ‟, אַז מע טאָר נישט דעפּאָרטירט די סודאַנער, אויב אַפֿילו זיי זענען אַליין מסכּים אַוועקגעפֿירט צו ווערן פֿון די ישׂראלדיקע תּפֿיסות אין אַן אַנדער לאַנד; לויט די ישׂראלדיקע געזעצן, דראָט די אומגעזעצלעכע באַזעצונג אינעם לאַנד מיט לאַנגע אַרעסט-טערמינען. טאָל האָט שאַרף קריטיקירט די אַזוי-גערופּענע „פֿרײַוויליקע‟ דעפּאָרטאַציעס און די ישׂראלדיקע אימיגראַציע-אינסטאַנץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.