דעם יונגן דור וויל איך דערמאָנען, אַז גאָר ניט לאַנג צוריק זײַנען געווען צײַטן, ווען אויף ייִדיש פֿלעגט מען אַרויסגעבן ליטעראַרישע זשורנאַלן. אייניקע זײַנען אַפֿילו געווען חודש-זשורנאַלן. אין אַ פּאָר פֿון זיי איז מיר אויסגעקומען צו אַרבעטן. איינער פֿון זיי, “די פּען”, איז געווען באַזירט אין ענגלאַנד, און טאַקע דאָרטן, אין אָקספֿאָרד, האָב איך אין עפּעס אַ שיינעם טאָג באַקומען דורך דער פּאָסט אַ קאָנווערט, אין וועלכן ס’איז אַרײַנגעלייגט געווען אַ קליין ביכל, וואָס האָט געטראָגן אַ העברעיִשן טיטל: “בעיר-העתיד ‘עדעניה’”. אויף דער הילע איז אויך געשטאַנען געשריבן דער נאָמען פֿונעם מחבר, קלמן זינגמאַן, און דעם מחברס פּסעוודאָנים — בן-יעקבֿ.
דאָס דאָזיקע בוך, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין יאָר 1996 אין תּל-אָבֿיבֿ, איז כּולל געווען דרײַ טעקסטן: (1) דעם ראָמאַן “אין דער צוקונפֿט-שטאָט עדעניאַ”, וואָס איז תּחילת אַרויס אויף ייִדיש אין כאַרקאָוו, אין יאָר 1918; (2) די העברעיִשע איבערזעצונג פֿונעם ראָמאַן, געמאַכט דורך קלמן זינגמאַנס זון א. זימרני; (3) זימרניס נאָכוואָרט, וואָס דערציילט וועגן זײַן פֿאָטער און וועגן דעם ראָמאַן.
אויף וויפֿל איך געדענקט, האָב איך זיך ניט גלײַך געוואָרפֿן צו לייענען דאָס בוך. דערנאָך, ווען איך האָב עס יאָ איבערגעלייענט, בין איך בײַם אָנהייב ניט שטאַרק אַנטציקט געוואָרן פֿון דעם ווערק, ווײַל ליטעראַריש האָט עס מיר אויסגעזען (און זעט אויס נאָך אַלץ) געוואַלדיק שוואַך, אַפֿילו אומבאַהאָלפֿן. און נאָר אין אַ צײַט אַרום האָב איך ווידער גענומען טראַכטן וועגן דער אוטאָפּיע, וועלכע עס האָט געשילדערט זינגמאַן, אַ ליטווישער ייִד, וועמען דער גורל האָט פֿאַרטראָגן אַזש קיין כאַרקאָוו.
אין יענער צײַט האָט זינגמאַן פֿאַרקויפֿט זײַן געשעפֿט, וואָס ער האָט געהאַט, און אינוועסטירט די געלטער אין אַ פֿאַרלאַג, וואָס ער האָט אָנגערופֿן זייער פּשוט “ייִדיש”. דערמיט האָט זינגמאַן געשאַפֿן אַ מעגלעכקייט צו דרוקן אויף ייִדיש צײַטשריפֿטן און ביכער אין אַ שטאָט, וווּ מע האָט עס פֿריִער, אויף וויפֿל איך ווייס, קיין מאָל ניט אַרויסגעגעבן קיין געדרוקטע פּראָדוקציע אויף דער ייִדישער שפּראַך.
קלמן זינגמאַן איז געווען אַ בעל-חלומות, וואָס טרעפֿט זיך גאָר ניט זעלטן צווישן ייִדן, בפֿרט אין די צײַטן פֿון דער איבערקערעניש, וועלכע זיי האָבן דעמאָלט געפֿילט און געזען אַרום זיך. זײַן חלום וועגן דעם ייִדישן עתיד איז געווען אַזאַ: ייִדן וועלן ווערן אַ טייל אין דער גלײַכבאַרעכטיקטער, יושרדיקער געזעלשאַפֿט, וואָס וועט געשאַפֿן ווערן אין מיזרח-אייראָפּע. די ייִדן, אוקראַיִנער, פּאָליאַקן און אַנדערע עטנישע גרופּעס וועלן זיך לעבן בשלום צוזאַמען, אָבער יעדעס פֿאָלק וועט אָפּהיטן די אייגענע קולטור און שפּראַך.
הקיצור, האָב איך באַשלאָסן אַרײַנצוקוקן אין אַנדערע זאַכן, וואָס זינגמאַן האָט געהאַט אָנגעשריבן. איך האָב אויך אַרײַנגעקוקט אין זײַן לעבן און סבֿיבֿה. גרינג איז עס ניט אָנגעקומען. קודם-כּל, האָט קיינער ניט געשריבן וועגן כאַרקאָוו ווי אַ ייִדישן קולטור-צענטער. האָב איך בשעת-מעשׂה געמאַכט אַזאַ איבערזיכט און עס פֿאַרעפֿנטלעכט. נאָך שווערער איז געווער מיט קאָוונע, וווּהין זינגמאַן האָט זיך רעפּאַטריִיִרט גלײַך נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. דער געלערנטער עולם איז געווען אַזוי פֿאַרכאַפּט מיט ווילנע, אַז וועגן קאָוונע האָט מען כּמעט פֿאַרגעסן אָדער געשריבן, דער עיקר, וועגן פּאָליטישע ענינים. מיך אָבער האָט אינטערעסירט די ייִדישע קולטור-סבֿיבֿה. דערצו קען איך ניט קיין ליטוויש. אויף מײַן מזל ליגט אין דעם ייִוואָ-אַרכיוו אַן אינטערעסאַנטער מאַטעריאַלן — זכרונות פֿון דוד טאָמבאַק, אַ ייִדישן קולטור-אַקטיוויסט אין קאָוונע פֿון יענע צײַטן. איז עס מיר זייער צוניץ געקומען.
אָט אַזוי, פֿון שטיקלעך און ברעקלעך, האָט זיך בײַ מיר ביסלעכווײַז צונויפֿגעשטוקעוועט דער אַרטיקל Utopias and Cities of Kalman Zingman, an Uprooted Yiddish Dreamer וואָס איז אַרויס אין יאָר 2006 אין דעם זשורנאַל East European Jewish Affairs. איך האָב אויך געהאַט סחורה צו שרײַבן אַן אַרטיקל פֿון דער ייִוואָ-ענציקלאָפּעדיע. דערמיט האָב איך פֿאַר זיך אויסגעשעפּט די טעמע “קלמן זינגמאַן”, און, דעם אמת געזאָגט, האָב איך עס גאָר ניט געהאַלטן פֿאַר אַ גרויסער זאַך. אַן אינטערעסאַנטע — דאָס יאָ. נאָר פֿון דעסטוועגן איז עס געווען, ווי איך האָב געטראַכט, ניט מער ווי אַ בײַ-זאַך אין מײַנע “מער וואָגיקע” פֿאָרשונגען.
אָבער מיר ווייסן, אַז אין אַ סך פֿאַלן באַקומט זיך אַזוי, גלײַך ווי אַ מענטש האָט געטראַכט און גאָט האָט געלאַכט. אַזאַ געלעכטער איז געשען אויך אין דעם פֿאַל פֿון קלמן זינגמאַן. מײַן אַרטיקל האָט מען באַמערקט און גענוצט אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן. און דאָס האָט מיר געבראַכט אַ סך נחת-רוח. איך האָב אַפֿילו באַקומען אַ בריוול פֿון זינגמאַנס אייניקל, וואָס האָט זיך געכאַפּט, אַז זי האָט כּמעט גאָרנישט ניט געוווּסט וועגן איר זיידן, און דער פֿאָטער אירער, א. זימרני, איז שוין צו יענער צײַט געשטאָרבן.
נאָך מער: מע נוצט עס ווײַטער. די טעג האָב איך באַקומען אַ בליצבריוו פֿון אַ ייִדישן קינסטלער. ער האָט אויסגעלייענט בײַ מיר (איך האָב עס שוין אַפֿילו ניט געדענקט), אַז אין זײַן צוקונפֿט-שטאָט האָט זינגמאַן פּלאַנירט צו האָבן אַ מוזיי. האָט עס דעם קינסטלער פֿאַראינטערעסירט, און ער האָט מיך געבעטן אים שיקן אַן עלעקטראָנישע קאָפּיע פֿונעם ראָמאַן. האָב איך עס געטאָן, כאָטש איך הייב ניט אָן צו וויסן, וואָס ער וועט מיט אָט דער קאָפּיע קענען טאָן — קיין ייִדיש קען ער דאָך ניט. און אין צוויי טעג אַרום, בערך מיט אַ וואָך צוריק, האָט אַזאַ קאָפּיע געבעטן אַ קאָלעגע מײַנע; זי האָט אויך געפֿונען עפּעס אַ ראָזשינקע אין זינגמאַנס מעשׂה.
אָט אַזאַ לעבן האָט איצט די אוטאָפּיע, וואָס האָט זיך באַוויזן מיט 95 יאָר צוריק פֿאַר די אויגן פֿון דעם בעל-חלומות קלמן זינגמאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.