דעם לעצטן נאָוועמבער, אין אַ פּראָסטן מאָנטיק האָב איך געגעסן “לאָנטש” אין אַ פֿײַנעם ניו-יאָרקער האָטעל. דער עולם בײַ די טישן איז באַשטאַנען דורכויס פֿון אַמעריקאַנער ייִדן.
געוויינטלעך, רירן די אַמעריקאַנישע ייִדן נישט אָן די ישׂראל־פּאָליטיק, אַז אַ ישׂראלי זיצט בײַם טיש אָבער דאָס מאָל האָט זיך אָפּגעזוכט צווישן זיי אַ דערוואַגטער ייִד; ער האָט אַ זופּ געטאָן פֿון זײַן טעפּל קאַווע און געפֿרעגט מיך:
“איז, וואָס מיינסטו? וווּהין גייען די באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער? ס’וועט זײַן אַ מלחמה אָדער שלום?”
“איך רעכן, אַז גאָר בקרובֿ וועט פֿאָרקומען אַ רײַסעניש אָדער אַ מלחמהלע”, האָב איך געענטפֿערט.
די מענטשן בײַם טיש האָבן אָנגעשטעלט אויף מיר פֿרעגנדיקע בליקן. זיי האָבן זיך, אַ פּנים, געריכט צו הערן די געוויינטלעכע שלום-רייד.
“פֿאַרוואָס?”, האָט דער ייִד ממשיך געווען זײַן חקירה.
“זייער פּשוט, עס פֿאַלן די “קאַסאַמען” שוין אַ שטיקל צײַט. ישׂראל רעאַגירט דערווײַל נישט, און די פּאַלעסטינער וועלן נישט אויפֿהערן צו שיסן פֿון דער הוילער הויט”.
דער ייִד האָט געצויגן מיט די אַקסלען און אַרויסגעזאָגט אַ צעצויגענעם “אָקעי”, וואָס האָט גיכער געקלונגען ווי “וואָס האַקסטו אַ טשײַניק?”.
די אַנדערע האָבן נישט אויסגעזען מער איבערצײַגט.
דאָס איז געשען מאָנטיק און פֿרײַטיק בין איך שוין געזעסן מיט מײַן משפּחה אויף די טרעפּ בײַ אונדזער שטוב אין תּל-אָבֿיבֿ. דער אַלאַרעם האָט געוואָיעט. אַלע האָבן געוואַרט צו הערן דעם טעמפּן קנאַל, אַ סימן, אַז אונדזער “אײַזערנער-קופּאָל” האָט אויסגעשאָסן אַ ראַקעטע און אָנגעיאָגט די ראַקעטע פֿון “כאַמאַס”.
דער דאָזיקער שמועס אין ניו־יאָרק ווערט נישט געבראַכט ווי אַ ראיה אויף מײַנע נבֿיאישע פֿעיִקייטן, פּונקט פֿאַרקערט, איך בין גאָר נישט קיין נבֿיא נאָר אַז מע לעבט אויף די ברעגעס פֿון הירקון דערשמעקט מען די סכּנה גיכער ווי אויף די ברעגעס פֿון דעם האַדסאָן.
איצט הייבט אָן דער געוואַלד פֿאַלן נאָך אַ מאָל און אויב מע וועט עס נישט אָפּשטעלן בײַ צײַטן, וועט עס זיך אויסלאָזן ווידער מיט אַ רײַסעניש.
אין דער לעצטער וואָך בפֿרט, און נאָך דעם וואָס די נישט עקזיסטירנדיקע פּאַלעסטינישע מדינה איז אָנגענומען געוואָרן ווי אַ אויפֿזע-מיטגליד אין דער “יו-ען” בכלל, איז אומרויִק אויף די שטחים.
עס גייט נישט אַריבער איין טאָג אָן אינצידענטן: אַ מאָל וואַרפֿן די אַראַבער שטיינער אויף פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע אויטאָס, אַ מאָל ברעכן אויס אומרוען אין די רײַבונג-פּונקטן אַרום ירושלים, צה”ל-כּוחות ווערן אַטאַקירט בשעת זיי פֿירן דורך אַרעסטן פֿון טעראָר־אַקטיוויסטן.
דעם סוף-וואָך האָבן די קליינע רײַסענישן דערגרייכט אַ העכערן שטאַפּל; אין אַ שווערן צונויפֿשטויס צווישן פּאַלעסטינער און קאָלאָניסטן איז איין פּאַלעסטינער ערנסט פֿאַרוווּנדעט געוואָרן די דורך אַ קויל.
אין ירושלים האָט זיך די פּאָליציי אַרײַנגעריסן אין הר-הבית נאָך דעם, וואָס דער המון האָט באַוואָרפֿן די זיכערהייט-כּוחות מיט שטיינער.
לעצטנס איז אַ פּאַלעסטינישער אַרעסטאַנט געשטאָרבן אין דער מגידו תּפֿיסה; עס איז דערווײַל נישט קלאָר וואָס האָט אייגנטלעך גורם געווען זײַן טויט. עס שײַנט, אַז דער טויט איז אַ רעזולטאַט פֿון שוואַכן געזונט. על-כּל-פּנים, יעדער טויט פֿון אַ פּאַלעסטינישן אַרעסטאַנט קען ווירקן ווי אַ בלאָז אויף הייסע האָלאָוועשקעס. דאָס פֿײַער קען זיך זייער גיך צעפֿלאַקערן.
אַז מע באַטראַכט די לאַגע קאַלט, קומט מען צו דער מסקנה, אַז נישט ישׂראל און נישט די פּאַלעסטינער זענען פֿאַראינטערעסירט אין אַ נײַער רײַסעניש.
די ישׂראלים קומט אָן בילכער אַ באַקאַנטע לאַגע איידער אַ שטורעם וואָס קיינער ווייסט נישט, וואָס ער וועט ברענגען מיט זיך דערצו איז דער שווערער רושם, וואָס די גרויזאַמע זעלבסטמאָרד-אַטענטאַטן האָבן איבערגעלאָזט, איז נאָך נישט אָפּגעווישט געוואָרן פֿון אונדזער זכּרון.
די פּאַלענסטינער אינסטאַנץ געפֿינט זיך אין אַ געפֿערלעכער סיטואַציע; עס קען גרײַלעך זײַן אַז די שטיינער וואָס ווערן געוואָרפֿן אין ישׂראל, וועלן שפּעטער בײַטן זייער ריכטונג און טרעפֿן אין דער “מוקאַטאַ”, וווּ עס וווינט הײַנט מאַכמוד אַבאַס — אַ שוואַכער, קאָרומפּירטער מנהיג, וואָס האַלט זיך נאָר אַ דאַנק דער מערבֿדיקער שטיצע.
די פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג האָט אויך געליטן שרעקלעכע פֿאַרלוסטן אין דעם פֿאַרלויף פֿון דער לעצטער אינטיפֿאַדע, און דאָס האָט אָפּגעשלאָגן איר אַפּעטיט צו קעמפֿן מיט די ייִדן.
אָבער דאָס וואָס ביידע צדדים זענען נישט פֿאַראינטערעסירט אין אַ נײַער מלחמה מיינט נישט, אַז זי וועט נישט אויסברעכן. מע דאַרף נישט מער ווי אַ קליינעם פֿונק דאָס פֿײַער זאָל ווידער ברענען.
אַ בליק אויף צוריק וועט באַשטעטיקן, אַז אַלע פֿריִערדיקע אומרוען האָבן זיך אָנגעהויבן צוליב קלייניקייטן; אין יאָר 2000 איז דער פֿונק געווען שרונס באַזוך אויף הר-הבית, אין 1996 — די עפֿענונג פֿון דעם כּותל-טונעל, אין 1987סטן יאָר — אַ ייִד איבערגעפֿאָרן אַן אַראַביש ייִנגעלע.
דעריבער קען קיינער נישט וויסן, וואָס ס’וועט ברענגען דער מאָרגנדיקער טאָג.
ווי שלאַבעריק איז די שטילקייט?
איך האָב אָנגעהויבן מיט איין מעשׂה און עס וויל זיך פֿאַרענדיקן מיט נאָך איינער. איך האָב אַמאָל שפּאַצירט אין ירושלים מיט צוויי טוריסטן, זייער אַן אינטעליגענט פּאָרל. מיר זענען געגאַנגען באַזוכן דעם אַרכעאָלאָגישן פּאַרק, וואָס ציט זיך לענג־אויס דעם מערבֿ-דרומדיקן טייל פֿון דעם כּותל.
די פֿרוי, אַן עמאָציאָנעלע נשמה, האָט זיך אומגעקוקט מיט התלהבֿות:
“וווּנדערלעך, די שטילקייט וואָס הערשט דאָ איז נישט איבערצוגעבן מיט ווערטער”.
איך האָב אַ קוק געטאָן אויבן. איבער אונדזערע קעפּ איז געשטאַנען על־אַקצאַ. אונטער אונדזערע פֿיס האָבן זיך געוואַלגערט שטיינדלעך; איך האָב געטראַכט צו זיך: אַז ס’איז דאָך גענוג אויפֿהייבן אַ שטיינדל און אויסזעצן דערמיט אַ שויב אין על-אַקצאַ, עס זאָל באַלד אויסברעכן אַ שרעקלעכע מהומה, וואָס האָט זיך אַפֿילו נישט געחלומט דעם פֿײַנעם פּאָרפֿאָלק.
אויף אַ קול האָב איך אָבער געזאָגט: “יאָ, אַ מחיהדיקע שטילקייט”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.