לעצטנס זײַנען אַרױס דרײַ לידער-זאַמלונגען װאָס שטעלן פֿאָר פֿאַרשײדענע טענדענצן בײַם הײפֿעלע הײַנטיקע ייִדיש־פּאָעטן. די דרײַ פּאָעטן זײַנען פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשײדענע דורות, צײכענען זיך אױס מיט אַנדערע מעלות און חסרונות, און שטאַמען פֿון פֿאַרשײדענע קולטורעלע הינטערגרונטן.
די ערשטע, חײקע ברוריה װיגאַנד, איז אַן ענגלישע פּאָעטעסע װאָס דרוקט אירע לידער שױן לאַנג אין זשורנאַלן. לעצטנס האָט זיך געמאַכט אַ סימן-ברכה, אַ ריכטיק ביכל פּאָעזיע מיטן טיטל, “האָסטו געזען מײַן ציג” (לײװיק-פֿאַרלאַג, 2012).
פֿון אַזאַ טיטל האָב איך זיך אומיושרדיק געריכט אױף סענטימענטאַלע שרײַבעכצן, מיסטישע מעדיטאַציעס אָן הענט צי פֿיס. אַז מע מישט אױף דאָס ביכל, דערזעט מען שױן, אַז דאָס איז דער היפּוך פֿון דעם וואָס מ‘האָט געמיינט.
װיגאַנדס „מזמור שיר לבורא הנקבים והלולים“ איז אַ ספּיריטועלע אָפּהילכונג פֿון פֿאַרצװייפֿלונג, טרױער און פֿרײד, װעלכע זײַנען אונדזער טאָג־טעגלעכער שפּײַז.
„פֿאַר װאָס איז צו דעם,/װאָס שמעקט מיט אַ טעם גן־עדן,/אַזױ אין טרױער/דער טױער/פֿאַרמאַכט?“ פֿרעגט די פּאָעטעסע. די אימאַזשן זײַנען אױף די גרענעצן צװישן פֿרומלעך־קבלהסטיש און עמאָציאָנעל־אוניװערסאַל, דער סתּם לײענער זאָל אױך קענען געניסן פֿון דעם משל.
אין דער לעצטער לעצטער סטראַפֿע, װוּנדער איבער װוּנדער, שטעלט אונדז צו די מחברטע אַן ענטפֿער אַזאַ אױף איר אײגענער האַרבער קשיא:
געבענטשט זאָל זײַן
דער באַשאַפֿענער פֿון עפֿענונגען
און מעגלעכקײטן
פֿאַר אַ חוש,
װאָס קען דערשמעקן שליסלען,
פֿאַר אַ האַרץ,
װאָס דערזעט אוצרות,
װוּ די אױגן זענען בלינד,
און פֿאַר אַן אױער,
װאָס קלינגט מיט געטלעכע לידער
פֿון שטערבלעכע מענטשן
און מיט װערטער,
װאָס בלײַבן נישט דערזאָגט.
ניט דער ספּעציפֿיש-ספּיריטועלער אינהאַלט איז דאָ דער עיקר, נײַערט דער מענטשלעכער-עמאָציאָנעלער צוגאַנג. נישט גאָט און זײַנע הימלישע חײלות נאָר דער בשׂר-ודם.
דאָס זײַנען ניט קבלה-דיכטונגען, כאָטש די מחברטע איז אַ מומחה איז דער פּאָעזיע פֿון אַ.נ. שטענצל, נאָר פֿאָלקסטימלעכע שאַפֿונגען נוסח מאַנגער.
אין פֿאַרגלײַך מיט װיגאַנדן איז שװערער צו באַצײכענען דובֿ־בער קערלער, װײַל זײַן פּאָעזיע איז מער נישט בײַ קײן קלאָרער סטאַדיִע. אַ פּנים־חדשות איז ער זיכער נישט, און פֿאָרט, איז ער נאָך אין זײַנע בלי־יאָרן, און װעט מירצעשעם נאָך זוכה זײַן צו יאָרצענדליקער שעפֿערישקײט און השפּעה אױף אַנדערע שרײַבער.
דובֿ־בער (אָדער זײַן ליטעראַרישער פּסעוודאָנים, באָריס קאַרלאָף) האָט שױן אַרױסגעגעבן דרײַ לידער־זאַמלונגען, איז כּדאַי צו פֿרעגן: װי אַזױ שײדט זיך אונדער דאָס אָ פֿון די פֿריִערדיקע, און װאָס קענען מיר דערוואַרטן פֿון אים אין די קומעדיקע מדרגות?
אין איצטיקן באַנד, „מיר איז שטאַרק נוגע,“ זעען מיר װידער די היפּשע מעלות קערלערס: די קלוגשאַפֿט, שפּילעװדיקײט, באַשײדנקײט, און פֿילעװדיקײט — מיט אײן װאָרט, עס רעדט צום לײענער נישט קײן געקינצלטער, היפּער־מאָדערנער פֿראַנקענשטײנס מאָנסטער, נאָר אַ לעבעדיקער מענטש.
דאָס הײסט נישט, אַז דער פּאָעט ראַנגלט זיך נישט מיט שװערע פֿראַגעס פֿון גורל און דעם מאָרגן. װי אַ רעפֿיוזניקס אַ זון און אַ ייִדיש־דיכטער, איז ער נישט בכּוח אַראָפּצוּװאַרפֿן פֿון זיך די עול־השירה, װי עס זאָגן עדות אָט די װערטער:
ביסט דאָרטן ניט געװען און קײנמאָל װעסט ניט זײַן דאָרט
די ריחות ניט געשפּירט, די קלאַנגען און די פֿאַרבן
אין זיך ניט אײַנגעזאַפּט. און פֿאָרט עס טאָר ניט שטאַרבן
דער ציטער און די צאַרטקײט פֿון אױסגעװאָרצלט װאָרט.
דער ציטער און די צאַרטקײט: אַזאַ פֿראַזע מאָלט אָפּ בזעיר־דאַנפּין דעם נאַטירלעכן גראַמען־חוש פֿון דעם װײכן באַריר װאָס זײַנען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר זײַנע לידער.
אַז קערלער װײַכט נישט פֿון הײַנטצײַטיקע, צוגענגלעכע טעמעס מײנט אױך, אַז אַ טײל פֿון זײַנע לידער זײַנען מן־הסתּם געבױרן געװאָרן װי געלעגנהײט־לידער, װאָס װעלן נישט זוכה זײַן צו אײביקן רום. קען זײַן, אַז גינטער גראַס האָט אָנגעשריבן עפּעס אַן אַנטי־ישׂרטאַל־לידל, נו איז װאָס? סײַדן מע װערט גרינג געטראָפֿן פֿון אַ שטאָך אױף ביביס חשבון. דער פּאָעט, דער מיניאַטוריסט איז אַװדאי נישט קײן קלענערער שרײַבער װי דער, װאָס פֿאַרמעסט זיך מיט גרױסאַרטיקע טעמעס, און פֿאָרט, טליִעט אַ האָפֿעננג, אַז עפּעס אַ שװוּנג װעט אױפֿשװימען אין די קומעדיקע גילגולים פֿון קאַרלאָווס שאַפֿונגען.
די דריטע אין אונדזער מיניאַטור־פּלעיאַדע איז בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן.
כאָטש כ׳האָב נאָך נישט איבערגעלײנט די פֿולע גאַנצקײט פֿון שעכטער־גאָטעסמאַנס שאַפֿונגען, איז מיר קלאָר, אַז איר פּאָעטישער מהות איז אַדורך אַ היפּשן בײַט במשך אירע יאָרצענדליקער. אין ברײטערע מוזיקאַליש־טרובאַדורישע קרײַזן האַלט מען זי פֿאַר אַ „פֿאָלקסטימלעכע”. קען זײַן, נאָר דער גרעסטער סורפּריז פֿון שעכטער־גאָטעסמאַנס נײַסטער לידערזאַמלונג איז די טונקלקײט, װאָס ס׳רובֿ לײענער, בײַם באַקרױנען זי מיטן טיטל „פֿאָלקסטימלעכקײט“ האָבן אפֿשר פֿאַרגלעט צי פֿאַרקוקט:
די נאַכט איז אַ פֿלעדערמױז מיט בלינדע פֿליגל
װאָס טראָגן זיך אין חושך פֿון שעה
און טעמפּ װי דאָס שפּילן פֿון טױזנטער גרילן
שפּאַנט זי פֿאַרשטומט און צעמישט
און צעװאַכט
און איך — װי די נאַכט
בין בלינד אין זכּרון
די שאָטנס דערקען איך שױן ניט,
און פּונקט װי די פֿלעדערמױז
שטרעק איך די פֿליגל אױס
און פֿאַל אױף מײַנע אײגענע טריט.
דאָס זײַנען נישט די שורות פֿון אַ פּאָעטעסע װאָס האָט בדעה זיך אָפּצורוען אױף די לאָבערבלעטער; ס‘איז דאָס װײגעשרײ פֿון אמת־באמיתו: דער סוף איז נישט אױסצומײַדן און אַפֿילו די שאָטנס גליטשן זיך אױס, װערן צעקװעטשט אונטער אַ לוגנדיקער פֿלעדערמױז.
איך װיל נישט זאָגן, אַז די ספּיריטולעלע זוכענישן װיגאַנדס, צי די שפּילעװדיקע אינטעלעקטואַליזמען קאַרלאָװס װעלן זיך אױסלאָזן אין אַזאַ פֿינצטערן ניהיליזם. יעדער פֿון די דרײַ בעלי־שירה איז אַ יחיד־במינו. צוזאַמען דינען זײ װי אַ חוט־המשולש װאָס װעט לאַנג אָנהאַלטן און צעציִען זיך אין נײַע, אומגעריכטע ריכטונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.