במשך פֿון די לעצטע חדשים זענען פֿאָרגעקומען עטלעכע קאָנקורסן אין דער ייִדישער מוזיק־ און קולטור־וועלט, און ס‘וואָלט געווען אַ יושר, מע זאָל מפֿרסם זײַן די געווינערס.
אַמסטערדאַמער ייִדישער מוזיק־פֿעסטיוואַל: פֿונעם 10טן ביזן 14טן אָקטאָבער 2012 האָבן זיך פֿאָרמאָסטן מוזיקער און זינגער פֿון דער גאַנצער וועלט בײַם „אַמסטערדאַמער ייִדישן מוזיק־פֿעסטיוואַל‟. פֿון די צענדליקער אָנטיילנעמער האָט מען אויסגעקליבן פֿינעף אין דער לעצטער רונדע פֿינאַליסטן — די זינגערין אלילה פֿון ישׂראל, די באָסטאָנער קאַפּעליע „יחזקאלס ראָד‟, די דזשודעזמע־זינגערין מור קרבסי, דער „זימבה אַנסאַמבל‟ פֿון ישׂראל, „קאַפּעלאַ דע מיניסטרער‟ פֿון שפּאַניע, וויראַ לאָזינסקי און דער עמיל אײַנבינדער אַנסאַמבל פֿון ישׂראל.
דאָס ערשטע אָרט האָט געוווּנען די ייִדישע זינגערין וויראַ לאָזינסקי און דער עמיל אײַנבינדער אַנסאַמבל. וועגן לאָזינסקיס וווּנדערלעכע קאָמפּאַקטלעך האָבן מיר געשריבן פֿריִער אין „פֿאָרווערטס‟. מיט איר גוואַלדיק קול, טיף־געפֿילטע אויסטײַטשונגען, און מאַמע־לשון פֿון דער היים, צייכנט זי זיך טאַקע אויס אין דער ייִדישער מוזיק. בײַם אַמסטערדאַמער פֿעסטיוואַל האָט זי דערצו געוווּנען נאָך צוויי אָנערקענונגען: דעם „מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש־פּריז‟ פֿאַרן בעסטן פֿאָרשטעלער אויף ייִדיש (מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש (1941 — 1998) האָט לאַנגע יאָרן געשטיצט און פֿאַרשפּרייט די ייִדישע קולטור אין האָלאַנד) און דער „פּוטומײַאָ־ייִדישע־שׂימחה‟־פּריז. די באָסטאָנער קאַפּעליע „יחזקאלס ראָד‟ האָט געוווּנען דעם „עולם־פּריז‟, וואָס דער עולם, נישט די זשורי, וויילט אויס.
וועגן לאָזינסקי האָט די זשורי אָנגעשריבן: „ווי אָפֿט טרעפֿט זיך אין לעבן, ווען מע הערט אויף אַ קאָנצערט ווי אַלע פֿעדעמער פֿון אַ מוזיקאַלישער טראַדיציע קומען זיך צונויף ווי אַ כּישוף ….מיר האָבן אַלע געלאָזט אַ טרער בשעת איר פֿאָרשטעלונג‟. מיטן ערשטן פּריז האָט די זינגערין באַקומען 2000 אייראָס. פֿאַרן „פּוטומײַאָ־פּריז‟ האָט זי באַקומען 500 אייראָס און אין דער אַנטאָלאָגיע וואָס די פֿירמע „פּוטומײַאָ‟ גיט אַרויס דאָס יאָר, וועט מען אַרײַננעמען אירס אַ ליד.
„יוגנטרוף‟-זשורנאַל שרײַבקאָנקרוס אין 2012, לכּבֿוד דעם נײַעם נומער פֿונעם זשורנאַל „יוגנטרוף‟, וואָס וועט בקרובֿ אַרויסקומען, האָט די סטודענטן־אָרגאַניזאַציע מודיע געווען „אַ ייִדישן ליטעראַטור‟־קאָנקורס סײַ פֿאַר פּאָעזיע, סײַ פֿאַר פּראָזע. די אָנטיילנעמער האָבן געמוזט זײַן ייִנגער פֿון 35 יאָר אַלט און אַרײַנגעבן אַן אָריגינעל ווערק. די געווינערס האָט מען צוגעזאָגט סײַ געלט, סײַ פּובליקאַציע אינעם זשורנאַל. אין דער זשורי האָבן זיך באַטייליקט פּראָפֿעסאָר דוד פֿישמאַן פֿאַר פּראָזע און שבֿע צוקער פֿאַר פּאָעזיע.
דזשאָרדאַן קוציק, דער פֿאָרזיצער פֿון „יוגנטרוף‟ האָט אונדז דערציילט, אַז מע האָט אַרײַנגעשיקט 15 לידער און 5 פּראָזע־ווערק. עטעלע ניבאָרסקי (צו צען יאָר) האָט געוווּנען פֿאַר איר מעשׂה „דער גוטער דיבוק‟. מרים סעגאַל האָט געוווּנען פֿאַר איר ליד „ליכט פֿון וועטער‟. ליבי פּאָלאַק האָט געוווּנען דאָס צווייטע אָרט פֿאַר איר ליד „די אויגן־לעפּלעך‟. די צוויי געווינערס האָבן באַקומען טשעקן אויף $500, און $100 פֿאַרן פּריז פֿון צווייטן אָרט.
ייִדישער ביכער־צענטער „איבערזעצונג־סובווענץ‟. דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט האָט צום ערשטן מאָל צוגעטיילט סובווענצן צו זעקס מענטשן, צו שטיצן זייערע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף ענגליש. די געווינערס האָבן באַקומען $5000, און יעדער געווינער דאַרף זיך טרעפֿן מיט אַ בעל־יועץ דרײַ מאָל אַ יאָר, און קומען אין „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אויף אַן איבערזעצונג־וואַרשטאַט, דרײַ סוף־וואָכן במשך פֿונעם יאָר. לכתּחילה, האָט מען נאָר פּלאַנירט צוצוטיילן פֿינעף פּריזן, אָבער דער געדאַנק איז געפֿעלן געוואָרן אַ שטיצער פֿונעם „צענטער‟ האָט ער בײַגעשטײַערט גענוג געלט פֿאַר אַ זעקסטער סובווענץ. זכריה שולמאַן איז דער קאָאָרינאַטאָר פֿון דער פּראָגראַם.
דער פּאָעט שלום בערגער האָט געוווּנען פֿאַר זײַן פּראָיעקט, „די פּראָזע פֿון אַבֿרהם סוצקעווער‟. זײַן בעל־יועץ וועט זײַן פּראָפֿ׳ סוסען בערנאָפֿסקי, פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט. דער טעאַטער־רעזשיסאָר מאָטל דידנער וועט איבערזעצן צוויי פּיעסעס פֿון ה. לייוויק. ער וועט זיך טרעפֿן מיט זײַן בעל־יועץ, פּראָפֿ׳ יואל בערקאָוויץ פֿונעם וויסקאָנסינער אוניווערסיטעט. אלי מאָזעסאָן, וועלכע איז אויפֿגעוואַקסן אין דער אַמעריקאַנער פּויליש־חסידישער וועלט, וועט איבערזעצן אַ ראָמאַן פֿון יוסף אַפּאָטאָשו. פּראָפֿ׳ קען פֿרידען וועט זײַן זײַן בעל־יועץ.
אבֿי לאַנג זעצט איבער די דערציילונגען פֿונעם ישׂראלדיקן שרײַבער אַבֿרהם ריוועס, און ער וועט זיך טרעפֿן מיט אַבֿיה קושנער פֿון „קאָלומביע קאָלעדזש‟. פּראָפֿ׳ מרים יודעל וועט צוגרייטן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער קינדער־ליטעראַטור, סײַ מיט דער ליטעראַטור, סײַ מיט קריטישע עסייען וועגן דער ליטעראַטור. די שרײַבערין מײַלאַ גאָלדבערג וועט דינען ווי איר בעל־יועץ. דער זעקסטער געווינער איז מרים סעגאַל, וועלכע וועט איבערזעצן די פּאַמפּאַ־זכרונות פֿונעם אַרגענטינער שרײַבער אליהו מאַרטשעווסקי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.