ייִטייִש איינאַוו, אַ געוועזענע ישׂראלדיקע אַרמיי־אָפֿיצירין, איז געוואָרן די ערשטע עטיאָפּיש־געבוירענע פֿרוי צום געווינען דעם לאַנדישן שיינקייט־קאָנקורס, „מלכּת היופֿי‟.
אַ פּאַנעל פֿון ריכטער האָט זי באַקרוינט מיטוואָך אינעם „אינטערנאַציאָנאַלן קאָנפֿערענץ־צענטער‟ אין חיפֿה.
איינאַוו, אַן 21־יאָריקע מאָדעלקע, וועלכע האָט עולה געווען מיט איר משפּחה, ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט, וווינט הײַנט אין נתניה, וווּ זי איז די פֿאַרוואַלטערין פֿון אַ שיכגעשעפֿט.
„מײַן אַדאַפּטאַציע אין לאַנד איז נישט דורכגעגאַנגען גרינג,‟ האָט זי דערציילט. „אַ נײַע שפּראַך, אַ מאָדערנע געזעלשאַפֿט. צום גליק, האָב איך געהאַט אַ גוטע חבֿרטע, נועה, וועלכע האָט מיר געהאָלפֿן. כ׳האָב זיך נישט געלערנט אין קיין אולפּן. מע האָט מיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין טיפֿן וואַסער, און אַזוי האָב איך זיך גוט אויסגעלערנט.‟
„ס׳איז וויכטיק, אַז מע האָט צום ערשטן מאָל דערוויילט אַ ׳מלכּת היופֿי׳, וועלכע שטאַמט פֿון עטיאָפּיע,‟ האָט זי באַטאָנט פֿאַר די ריכטער. „אין ישׂראל וווינען אַ סך עטנישע גרופּעס, און מע דאַרף דאָס ווײַזן פֿאַר דער וועלט.‟ איר באַמערקונג האָט אַרויסגערופֿן וואַרעמע אַפּלאָדיסמענטן בײַם עולם.
אויף דער פֿראַגע, וועלכע היסטאָרישע פֿיגור האָט אויף איר צום מערסטן משפּיע געווען, האָט ייִטייִש — וואָס איז טײַטש „אַ בליק אין דער צוקונפֿט‟ אויף אַמהאַריש — געענטפֿערט: „מאַרטין לוטער קינג‟.
„ער האָט געקעמפֿט לטובֿת יושר און גערעכטיקייט, און דאָס איז איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס איך שטיי דאָ פֿאַר אײַך: כּדי צו ווײַזן, אַז עס קומען פֿאָר גוטע זאַכן אין מײַן קהילה — אַ זאַך, וואָס מע זעט נישט אָפֿט אין דער מעדיאַ.‟
זעט אַ טייל פֿון דער צערעמאָניע, דורך דער טעלעוויזיע־נעץ „רשת‟:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.