נישט געקוקט אויף די וואַקסנדיקע שׂינאה־רייד קעגן ייִדן אין דער טערקישער פּרעסע, האָט דער טערקישער פּרעמיער רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן דערקלערט מיטוואָך, בעת אַ „יו־ען‟־קאָנפֿערענץ אין ווין, אַז אַנטיסעמיטיזם, ציוניזם און איסלאַמאַפֿאָביע זענען אַלע „פֿאַרברעכנס קעגן דער מענטשהייט‟. די אונטערנעמונג איז געווען אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ געווידמעט טאָלעראַנץ.
UN Watch, אַ מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע באַזירט אין זשענעווע, האָט גערופֿן ערדאָגאַן זיך צו אַנטשולדיקן פֿאַר זײַנע „שאָקירנדיקע‟ באַמערקונגען, און זיך געוואָנדן צום גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, באַן קי־מון, צו פֿאַרדאַמען די רעדע. לויט UN Watch, איז באַן קי־מון געזעסן אויף דער טריבונע און נישט רעאַגירט אויף ערדאָגאַנס רייד.
ערדאָגאַן האָט געמאַכט די באַמערקונג בלויז דרײַ טעג נאָך דער פּובליקאַציע פֿון אַ באַריכט וועגן קסענאָפֿאָביע אין דער טערקישער מעדיאַ, וואָס האָט איבערגעגעבן, אַז די ייִדן און די אַרמענער זענען די צילן פֿון מער שׂינאה־רייד ווי אַלע אַנדערע גרופּעס אין טערקײַ.
דער באַריכט פֿון דער מענטשנרעכט־גרופּע, די „הראַנט דינק פֿונדאַציע‟, איז באַזירט אויף די מאַטעריאַלן, וואָס זענען פּובליקירט געוואָרן אין 16 לאַנדישע צײַטונגען און 1,000 אָרטיקע פּובליקאַציעס צווישן סעפּטעמבער 2012 און דעצעמבער 2012, לויט אַן אַרטיקל וועגן דעם באַריכט, וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין כוריִעט, אַ טערקישע טאָג־צײַטונג.
לויט דער פֿאָרשונג, האָבן זיך במשך פֿון דעם צײַט־אָפּשניט באַוויזן 39 פֿאַלן פֿון שׂינאה־רייד קעגן די ייִדן אין די טערקישע צײַטונגען, וואָס באַטרעפֿט 25% פֿון אַלע שׂינאה־אַרטיקלען. דער פּראָצענט זידלונגען קעגן די אַרמענער איז געווען אַ ביסל קלענער. דער דריט־גרעסטער ציל — 18% — איז געווען געצילט קעגן דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.