פֿון באַפֿרײַונג צו אָקופּאַציע

From Liberation to Occupation


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 28, 2013, issue of February 15, 2013.
דאָס נײַע בוך פֿון ען עפּלבאַום „דער אײַזערנער פֿאָרהאַנג׃ די צעשטערונג פֿון מיזרח־אײראָפּע 1944-1956”.
דאָס נײַע בוך פֿון ען עפּלבאַום „דער אײַזערנער פֿאָרהאַנג׃ די צעשטערונג פֿון מיזרח־אײראָפּע 1944-1956”.

די געשיכטע פֿון דער סאָװעטישער שליטה איבער מיזרח–אײראָפּע נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה פֿאַרבלײַבט אײנע פֿון די סאַמע געשפּאַנטע מאָמענטן אין דער מאָדערנער אײראָפּעיִשער געשיכטע. דאָס נײַע בוך פֿון ען עפּלבאַום גיט צו צו דער דאָזיקער געשיכטע אַ סך לעבעדיקע און דראַמאַטישע פּרטים. דער טיטל אַלײן רעדט פֿאַר זיך׃ ״דער אײַזערנער פֿאָרהאַנג׃ די צעשטערונג פֿון מיזרח־אײראָפּע 1944־1956״. קײן גרױסע קאָנצעפּטועלע חידושים אָדער דרײסטע רעװיזיעס פֿונעם אָנגענומענעם היסטאָרישן נאַראַטיװ בעת דער קאַלטער מלחמה זײַנען דאָ ניטאָ, אָבער דאָס בוך אַליין איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור און פֿאַרמאָגט אַ סך װיכטיקע אָבסערװאַציעס און אָריגינעלע געדאַנקען.

עפּלבאַום נעמט זיך אונטער צו מאַכן אַ פֿאַרגלײַכיקן אַנאַליז פֿון דער דערפֿאַרונג אין דרײַ לענדער׃ פּױלן, אונגערן און מיזרח־דײַטשלאַנד. די אַלגעמײנע סטראַטעגיע פֿון דער סאָװעטישער אָקופּאַציע איז אומעטום געװען די זעלבע, הגם די אָרטיקע באַדינגונגען — גאַנץ פֿאַרשידענע. פּױלן פֿאַרנעמט אינעם בוך דאָס צענטנראַלע אָרט, ערשטנס, װײַל עס איז גרעסער, און צװײטנס, װײַל די מחברין קען דאָס לאַנד בעסער און האָט פֿאַר אים מער סימפּאַטיע.

עטלעכע טשעכישע יונגע־לײַט שטיין אויף אַן איבערגעקערטן משׂא־אויטאָ, בעת די אַנדערע אײַנוווינער פֿון פּראָג רינגלען אַרום די סאָוועטישע טאַנקען, אויגוסט 1968
Getty Images
עטלעכע טשעכישע יונגע־לײַט שטיין אויף אַן איבערגעקערטן משׂא־אויטאָ, בעת די אַנדערע אײַנוווינער פֿון פּראָג רינגלען אַרום די סאָוועטישע טאַנקען, אויגוסט 1968

עס איז מערקװירדיק, אַז די דאָזיקע טעכנאָלאָגיע האָט איבערגעלעבט דעם סאָװעטישן קאָמוניזם און װערט נאָך אַלץ גענוצט אין פּוטינס רוסלאַנד. אַזױ װי אין פּױלן, אונגערן, און טשעכאָסלאָװאַקײַ בעת דער איבערגאַנג־תּקופֿה, דערלאָזט פּוטינס רעזשים אַ געװיסע פֿרײַהײט אין די עפֿנטלעכע וויכּוחים; אָבער דערבײַ האָט זײַן אַדמיניסטראַציע — אַ יורש פֿונעם סאָװעטישן ״פּאָליטביוראָ״ — אַ פֿולן קאָנטראָל איבער דער פּאָליצײ און געריכטן, טעלעװיזיע, און מאַכט פּרוּװן צו שאַפֿן אַן אייגענע יוגנט־באַװעגונג, װאָס זאָל פֿאַרטײדיקן דעם רעזשים קעגן עפּעס אַן ״אָראַנזש־סכּנה״, װאָס קומט פֿונעם מערבֿ. די דאָזיקע דרײַ אינסטיטוציעס אַרבעטן בשותּפֿות, כּדי בהדרגה צו דערשטיקן די ליבעראַלע פֿרײַהײטן, און עקזיסטירן, דער עיקר, אַ דאַנק דער אינטערנעץ. אַזאַ מין המשכדיקײט איז מסתּמא אַ באַװײַז, אַז די אַמאָליקע אָפֿיצירן פֿון דעם סאָװעטישן ״קאַ־גע־בע״, װאָס שטײען איצט אין שפּיץ פֿון דער רוסישער מלוכה, באַנוצן זיך מיט די זעלביקע מעטאָדן, װי זײערע פֿאָרגײער און לערער.

די אָפּקלאַנגען פֿון די דראַמאַטישע געשעענישן פֿונעם ערשטן נאָכמלחמהדיקן יאָרצענדליק לאָזן זיך אָפֿטמאָל הערן אין הײַנטצײַטיקע פּאָליטישע וויכּוחים אין די מיזרח־אײראָפּעיִשע לענדער. געשיכטע איז אַ גוט ברענװאַרג פֿאַר אױפֿצוהעצן עפֿנטלעכע סקאַנדאַלן, און ניט זעלטן באַקומען די דאָזיקע דעבאַטן אַן אַנטיסעמיטישן בײַטעם. די קאָנסערװאַטיװע פּאָליטיקער, בפֿרט אין פּױלן און אונגערן, װעקן אױף די אַלטע סטראַשידלע פֿון ״זשידאָ־קאָמונע״. עפּלבאַומס בוך העלפֿט בעסער צו פֿאַרשטײן דעם ברײטערן קאָנטעקסט פֿון די אַנטיסעמיטישע שטימונגען, װאָס זײַנען דעמאָלט געװען פֿאַרשפּרײט ניט נאָר צװישן דעם פּשוטן פֿאָלק, נאָר אױך צװישן די אינטעלעקטועלע עליטן.

אָבער דאָ האָט די ״האַנט פֿון מאָסקװע״ דװקא ניט געשפּילט קײן גרױסע ראָלע. די ערשטע, נאָך רעלאַטיװ דעמאָקראַטישע רעגירונגען פֿון פּױלן, אונגערן, און טשעכאָסלאָװאַקײַ האָבן אַלײן געהאָלפֿן צוצוגרײטן מיליטערישע קאַדרען פֿאַר דער ישׂראלדיקער ״הגנה״ און צומאָל אונטערגעשטויסן זײערע ייִדן אַרויסצופֿאָרן. אַזױ אַרום זײַנען זײ פּטור געװאָרן פֿון דער אָנגעװײטיקטער ״ייִדישער פֿראַגע״. עס איז דערפֿאַר נאַטירלעך, אַז די ייִדן, װאָס האָבן טאַקע באַשלאָסן צו בלײַבן, זײַנען לרובֿ געװען געשטימט מער קאָמוניסטיש און פּראָ־סאָװעטיש. און איצט װערן דװקא זײ באַשולדיקט אין מיטהעלפֿן דער סאָװעטישער אָקופּאַציע.

די אײַנוווינער פֿון מערבֿ־בערלין קוקן זיך צו, ווי די וועכטער אויף דער מיזרחדיקער צײַט צעברעכן אַ טייל פֿון דער וואַנט, דעם 11טן נאָוועמבער 1989
Getty Images
די אײַנוווינער פֿון מערבֿ־בערלין קוקן זיך צו, ווי די וועכטער אויף דער מיזרחדיקער צײַט צעברעכן אַ טייל פֿון דער וואַנט, דעם 11טן נאָוועמבער 1989

דאָס בוך װאָלט געװען נאָך מער ניצלעך, װען די מחברין װאָלט אָפּגעגעבן מער אױפֿמערק דער סאָװעטישער זײַט פֿון דער געשיכטע. װאָס זײַנען געװען די מאָטיװן פֿון דער סאָװעטישער פֿירערשאַפֿט, חוץ דעם גלייבן אין דער ״װעלט־רעװאָלוציע״? װי װײַט האָט די קאָמוניסטישע פּאָליטיק אין מיזרח־אײראָפּע ממשיך געװען די אינערלעכע פּאָליטיק אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד? װאָס איז געװען די פֿאַרקערטע השפּעה פֿון מיזרח־אײראָפּע אױף דער סאָװעטישער געזעלשאַפֿט? אין איר פֿריִערן בוך האָט עפּלבאַום באַהאַנדלט דעם סאָװעטישן ״גולאַג״, אָבער דאָס מאָל מאַכט זי פֿאַקטישע און געאָגראַפֿישע גרײַזן, װאָס פּאַסטן ניט פֿאַר אַ מומחה אין דער סאָװעטישער געשיכטע. די שטאָט אופֿאַ, למשל, איז זײער װײַט פֿון צענטראַל־אַזיע, און איװאַן מײַסקי איז קײן מאָל ניט געװען קיין סאָװעטישער אױסערן־מיניסטער.

אָבער מער פּראָבלעמאַטיש איז אַ געװיסע אידעאַליזירונג פֿון דער אַלטער פּױלישער פּאָליטישער און קולטורעלער עליט, װאָס איז גאַנץ פֿאַרשפּרײט צװישן די הײַנטיקע בריטישע און אַמעריקאַנישע היסטאָריקער. מען האָט אײַנגעזאַפּט דעם אַלטן ראָמאַנטישן פּױלישן זעלבסטבאַנעם, װאָס קוקט אױף פּױלן װי אױף דעם אומשולדיקן קרבן פֿון די גרױסע אײראָפּעיִשע מאַכטן. אָבער די צװײטע פּױלישע רעפּובליק צװישן 1918 און 1939 איז געװען װײַט פֿון אַ גן־עדן, בפֿרט פֿאַר די מינאָריטעטן. װאָס װאָלט געװען מיט פּױלן נאָך 1945 אָן דער סאָװעטישער אָקופּאַציע? דאָס איז אַװדאי אַן אַבסטראַקטע פֿראַגע, הגם לױט אַ סך סימנים װאָלט די דאָזיקע אַלטערנאַטיװע געשיכטע געװען נאָך מער בלוטיק. די סאָװעטישע אָקופּאַציע האָט געבראַכט אַ סך לייד און צרות, אָבער זי האָט אױך דערשטיקט, אָפֿטמאָל גאַנץ ברוטאַל, די אַלטע נאַציאָנאַלע און פּאָליטישע קאָנפֿליקטן, װאָס האָבן צעריסן די מיזרח־אײראָפּעיִשע לענדער.