מיט אַ פּאָר טעג צוריק, האָט דזשעפֿרי גאָלדבערג, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט, אָנגעשריבן אַן אַרטיקל, וווּ ער פֿאַרבינדט די מעשׂה אין דער מגילת-אַסתּר, וועלכע קומט פֿאָר, ווי ס׳איז באַקאַנט, אין דער אוראַלטער פּערסיע, מיטן הײַנטיקן איראַן. לויט זײַן מיינונג, איז די הײַנטיקע איסלאַמישע רעפּובליק „די לעצטע אינקאַרנאַציע פֿון דער פּערסישער אימפּעריע‟ און אַ מין „קאָלעקטיווער המן‟. אַן ענלעכער אַרטיקל, וווּ עמלק ווערט אינדענטיפֿיצירט מיט די איראַנער און פּאַלעסטינער, איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער רעכטער פֿרומער צײַטונג „דזשויִש פּרעס‟.
פּראָפֿ׳ שאול מגיד, אַ באַקאַנטער קענער פֿון קבלה און חסידות, האָט מיטוואָך זיך אָפּגערופֿן מיט אַ שאַרפֿער קריטיק קעגן אַזאַ געדאַנק און דערקלערט, אַז אַזעלכע זוכענישן פֿונעם „נײַעם המן‟ זענען זייער סכּנותדיק, ווײַל זיי ברענגען אַרײַן אין די פּאָליטישע דעבאַטן דעם געדאַנק, אַז אַ געוויס פֿאָלק פֿאַרדינט, כּלומרשט, אינגאַנצן אומגעבראַכט צו ווערן.
דער פֿאַרגלײַך פֿון דער אוראַלטער פּערסישער אימפּעריע מיט המנען איז אויך אינגאַנצן אומהיסטאָריש און אומטראַדיציאָנעל. אַלע קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אַז המן איז געווען נישט אַ פּערס, נאָר אַן אייניקל פֿון עשׂו, יעקבֿס ברודער. עמלק, זײַענדיק אַ קרובֿ פֿון ייִדן, האָט אויך גערעדט אויף לשון-קודש, אָבער פֿײַנט געהאַט זײַנע שוועסטערקינדער שׂינאת-מוות. די חז״ל לויבן אַחשוורושס זון, כּורש, ווי אַ „כּשרן מלך‟ און אַן אוהבֿ־ישׂראל. בדרך-כּלל, רופֿט זיך אָפּ די גמרא וועגן די פּערסן צומאָל קריטיש, צומאָל פּאָזיטיוו, און געוויינטלעך סתּם נייטראַל. צום בײַשפּיל, האָט רבן גמליאל זיי ליב געהאַט פֿאַר דעם, וואָס זיי פֿירן זיך אויף באַשיידן בײַם עסן, אין בית-כּסא און בײַם האָבן סעקס.
איך ווייס נישט וועגן די לעצטע צוויי זאַכן, אָבער מײַנע איראַנישע פֿרײַנד פֿאַרוואַנדלען טאַקע אַפֿילו אַזאַ פּשוטע זאַך, ווי דאָס טרינקען אַ גלאָז טיי אָדער אַ „לחיים‟, אין אַ גאַנצן לימוד וועגן דרך-ארץ. ס׳זעט אויס, אַז דער-אָ מינהג האָט זיך נישט געביטן זינט די תּלמודישע צײַטן. דאָ גייט אָבער נישט קיין רייד וועגן פּערסן אָדער איראַן. דאָ גייט אַ רייד וועגן דער סתּירותדיקער אַנטוויקלונג פֿון רעליגיעזע באַגריפֿן.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, האָב איך געהערט אין אַ בראַצלעווער שיל אַ שיינע דרשה וועגן משיחס צײַטן. לויט רבי נחמנען, וועט די גאַנצע וועלט ווערן מלא-רוחניות און אַלע מענטשן וועלן זײַן ברידער. ווי עס האָט דערקלערט רבי נחמן, וועט משיח פֿאַרריכטן די גאַנצע וועלט „אָן אַ שאָס פּולווער‟. דער רבֿ אין דער שיל האָט ספּעציעל באַמערקט מיט פֿאַרשיידענע ראַיות, אַז אַפֿילו עמלק וועט תּשובֿה טאָן, צוליב דעם גרויסן גײַסטיקן כּוח פֿונעם צדיק-משיח. אויף דעם זעלבן אופֿן האָט געשילדערט די גאולה „רב אַבֿרהמעלע המלאַך‟, דער זון פֿונעם מעזשריטשער מגיד, אין זײַן ספֿר „חסד-לאַבֿרהם‟.
ס׳איז קלאָר, אַז נישט אַלע קלאַסישע גדולי-ישׂראל זענען מסכּים מיט אַזאַ סצענאַר פֿון דער צוקונפֿט. אין אַ גאַנצער ריי ספֿרים שטייט געשריבן, אַז משיח וועט דערשפּירן מיט זײַן רוח-הקודש און פֿיזיש פֿאַרניכטן די עמלקים. אין דעם זעלבן מין ספֿרים ווערט אָבער אויך באַטאָנט, אַז בלויז די עכט-פֿרומע ייִדן וועלן בלײַבן לעבן אינעם שטורעם פֿון קץ-הימים. אַזעלכע שרעקעדיקע אַפּאָקאַליפּטישע באַשרײַבונגען זענען גענוג פֿאַרשפּרייט אין דער ייִדישער מוסר-ליטעראַטור; צום רעאַלן פּראַקטישן לעבן האָבן זיי אָבער ווייניק שײַכות — אַחוץ דעם, וואָס זיי שטעלן דעם צוועק צו מסרן די בעלי-עבֿירות.
איינער אַ רבֿ, וועלכער פֿירט תּורה-קלאַסן פֿאַר סטודענטן, האָט מיר אַמאָל דערציילט, אַז זײַנע תּלמידים טענהן צומאָל, ווען זיי הערן וועגן דער מיצווה פֿון „מחית-עמלק‟, אַז ער פּרעדיקט גענאָציד-געדאַנקען. דער רבֿ האָט זיך באַקלאָגט, אַז די סטודענטן זענען, נעבעך, דערצויגן געוואָרן אין דער „ליבעראַלער גוייִשער סבֿיבֿה‟ און פֿאַרשטייען נישט, אַז אויב די תּורה הייסט אויסצוהרגענען אַ גאַנץ פֿאָלק — מוז מען עס טאָן, אַפֿילו הײַנט, און מע טאָר נישט פֿרעגן קיין קשיות.
אין דער תּורה זענען פֿאַראַן אַ סך מיצוות, אָבער אין ערגעץ שטייט נישט געשריבן, אַז מע מוז זײַן אַן עם-האָרץ און אָנהאַלטן דווקא די עקסטרעמסטע דעות. דער רמב״ם, וועלכער האָט געשילדערט משיחס מלחמות אויף אַ זייער בוכשטעבלעכן מיליטערישן אופֿן, דערקלערט, אַז איידער מע הייבט אָן אַ קריג מיט וועלכן-ניט-איז מענטש אין דער וועלט, מוז מען קודם פּרוּוון שלום צו מאַכן. רבי יוסף קאַרו, דער מחבר פֿונעם „שולחן-ערוך‟, באַמערקט איז זײַן פּירוש „כּסף-משנה‟, אַז אויב אַן עמלקי, לויטן רמב״ם, הייבט אָן זיך אויפֿפֿירן עטיש, ווערט ער אויס עמלק, נאָר אַ פֿײַנער מענטש, וועלכן מע מוז העלפֿן און שטיצן. מיט די אַנדערע ווערטער, איז עמלק גיכער אַ קולטורעלע, ווי אַ עטנישער אָדער גענעטישע, קאַטעגאָריע.
רבי יוסף באב”ד, אַן אַנדער קלאַסישער אַנאַליטיקער פֿון טעאָרעטישע ענינים וועגן משיחס צײַטן, קומט צו צום דאָזיקן ענין פֿון אַן אַנדער, מער פּראַגמאַטישן, ווינקל אין זײַן ענציקלאָפּעדיש ווערק „מנחת-חינוך‟. אין דער וועלט איז לאַנג נישטאָ אַזאַ פֿאָלק, ווי עמלק. די מיצווה צו געדענקען די מעשׂה מיט עמלק באַשטייט פּונקט אין דעם — בלויז צו געדענקען.
דאָס וואָרט „עמלק‟ איז אויך אַ פֿאַרשפּרייטע פֿאָלק-קללה, וועלכע האָט גאָרנישט צו טאָן מיט גענעטיק. אַ צאָל באַקאַנטע רבנים האָבן דערקלערט, אַז די ציוניסטן און באָלשעוויקעס זענען ביידע „עמלקים‟, צוליב די אַסימילאַטאָרישע טענדענצן פֿון ביידע באַוועגונגען. פֿאַר אַ פּשוטן ייִד איז אַן אַכזריותדיקער רוסישער פּאָליציאַנט, אַ פּריץ צי אַן אַנטיסעמיטישער גלח געווען אַן „עמלק ימח-שמו‟. מע קאָן זאָגן, אַז בײַם פֿאָלק איז דער דאָזיקער „טיטל‟ פֿאַקטיש געוואָרן אַ קלאַס־קאַטעגאָריע. לויט אַ חסידיש ווערטל, טראָגט עמלק אַזאַ נאָמען, ווײַל ער זאָגט, אַז ייִדישקייט איז פֿאַרעלטערט, „אַמאָליק‟.
אין קבלה און חסידות ווערט „עמלק‟ באַטראַכט כּסדר ווי אַ גײַסטיק-סימבאָלישער טערמין. דאָס דאָזיקע וואָרט האָט די זעלבע גימטריא, ווי „ספֿק‟ און „רם‟ („הויך‟), ווײַל איבעריקע ספֿקות און גאווה זענען דער אינערלעכער עמלק, וועלכער זיצט אין דער נשמה פֿון יעדן מענטשן און שטרעבט אים כּסדר צו פֿאַרפֿירן.
רעדנדיק ווידער וועגן איסלאַם, איז אינטערעסאַנט, אַז די מוסולמענישע מיסטיקער האָבן זייער אַן ענלעכע קאָנצעפּציע. רבי יוסף-יצחק פֿון פּאָלאָנאָיע, אַ באַרימטער חסידישער רבי, דערמאָנט אין זײַן ספֿר „תּולדות יעקבֿ־יוסף‟ אַ מעשׂה וועגן איינעם אַ חכם אָדער אַ חסיד, וועלכער האָט געזאָגט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ גרעסערע מלחמה, ווי אַ פֿיזישע שלאַכט קעגן דעם שׂונא — די מלחמה קעגן דער יצר-הרע און איר אַרמיי. די דאָזיקע מעשׂה שטאַמט פֿון בחיי אבן פּקודהס קלאַסישן ספֿר „חובֿות הלבֿבֿות‟, וועלכער איז אָנגעשריבן געוואָרן לכתּכילה אויף אַראַביש און איז פֿול מיט מוסולמענישע השפּעות.
צום חידוש פֿון אַ סך הײַנטיקע לייענער, גייט אינעם אָריגינאַל פֿון „חובֿות הלבֿבֿות‟ אַ רייד וועגן „דזשיהאַד‟. פֿאַר אַ סך מוסולמענישע דענקער און מיסטיקער מיינט דאָס וואָרט מער־ווייניקער דאָס זעלבע, ווי „מחית-עמלק‟ פֿאַר די מקובלים און חסידישע צדיקים. דער אמתער קאַמף מיטן טויט-שׂונא גייט אָן אין דער נשמה; אַדרבה, דווקא דורך ליבשאַפֿט און דרך־אַרץ צו יעדן מענטש קאָן מען געווינען די קריג. אין ביידע פֿאַלן, אָבער, אויב מע באַנוצט זיך מיט אַזעלכע באַגריפֿן אין אַ פּאָליטישן קאָנטעקסט און מע ווענדן זיי אָן קעגן אַ קאָנקרעט פֿאָלק, ווערן זיי זייער סכּנותדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.