אויפֿן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין טאַנזשיר, מאַראָקאָ, מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן די מאַראָקאָנער ייִדן אין ישׂראל אַרויסגערופֿן אַ דעמאָנסטראַציע פֿון הונדערטער איסלאַמיסטן און לינק־געשטימטע אַקטיוויסטן. זייער טענה: דער אַראַבישער רעזשיסאָר, קאַמאַל האַכקאַר, שטיצט „נאָרמאַליזאַציע‟ מיט דער ייִדישער מדינה.
פֿון דעסטוועגן, האָט מען האַכקאַר נישט אַרויסגעטריבן פֿונעם קינסטלער־פֿאַרבאַנד; זײַן פֿילם איז נישט פֿאַרווערט געוואָרן, און די אינטעלעקטואַלן האָבן אים נישט אַרײַנגעלייגט אין חרם, ווי מע האָט געטאָן בײַ ענלעכע פֿאַלן אין עגיפּטן און אַנדערע מוסולמענישע לענדער.
פֿאַרקערט — די רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן האָבן אונטערגעשריבן אַ פּעטיציע, וואָס שטיצט דעם רעזשיסאָר, און דער פֿילם האָט דערנאָך באַקומען אַן אויסצייכענונג אויפֿן פֿעסטיוואַל, ווי דאָס בעסטע ווערק פֿון אַ נײַעם רעזשיסאָר.
ווי די אַמאָליקע היים פֿון בערך 300,000 ייִדן — די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער אַראַבישער וועלט — האָט מאַראָקאָ לעצטנס אָנגעהויבן באַטראַכטן פֿון ס׳נײַ די געשיכטע פֿון אירע ייִדן, בפֿרט אינעם קוואַרטאַל, מעלאַך.
אינעם פֿילם, Tinghir-Jerusalem: Echoes from the Mellah [פֿון טאַנזשיר ביז ירושלים: אַן עכאָ פֿון מעלאַך], רעדט האַכקאַר מיט אַלטע מאַראָקאַנער אין די בערבער־דערפֿער, אין די הויכע אַטלאַס־בערג, וועגן זייערע זכרונות פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייער ייִשובֿ און זיך באַזעצט אין ישׂראל אין די 1960ער יאָרן. דערנאָך פֿאָרט האַכקאַר קיין ירושלים, וווּ ער אינטערוויויִרט די ייִדן, וועלכע דערציילן, אינעם מאַראָקאַנער דיאַלעקט פֿון אַראַביש און אין דער בערבערישער שפּראַך, זייערע וואַרעמע זכרונות פֿונעם לאַנד, וואָס זיי האָבן פֿאַרלאָזט.
„דער פֿילם דערציילט וועגן אַ פֿאַרגעסענעם טייל פֿון דער מאַראָקאַנער געשיכטע — אַ געשיכטע וואָס מע לערנט נישט הײַנט אין שול,‟ האָט האַקבאַר געזאָגט, בעת אַן אינטערוויו מיט דער „איי־פּי‟ (AP). „מײַן ציל איז צו דערציילן די מענטשלעכע געשיכטע און פֿאַרטיידיקן די פֿיל־פֿאַרביקייט פֿון דער מאַראָקאַנער געשיכטע און אידענטיטעט.‟
דער רעזשיסאָר, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין טאַנזשיר, אָבער האָט בײַ 6 יאָר זיך איבערגעצויגן מיטן טאַטן קיין פֿראַנקרײַך, זאָגט, אַז זינט דער פֿילם איז אַרויס, מאַכט ער אַ טור איבער גאַנץ מאַראָקאָ צו ווײַזן דעם פֿילם, און „די קינאָ־הײַזער זענען געפּאַקט‟. לכתּחילה האָט דער עולם געהאַט אַ חשד, אַז דער פֿילם איז אַ פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר מדינת־ישׂראל, אָבער זיי האָבן זיך דערוואַרעמט, ווען זיי האָבן געזען, ווי ייִדן רעדן מאַראָקאַנער אַראַביש און דעם בערבערישן דיאַלעקט.
אינעם פֿילם דערמאָנען די ייִדן ווי גוט זיי פֿלעגן אויסקומען מיט זייערע מוסולמענישע שכנים, און באַדויערן די טאָג־טעגלעכע בלוט־פֿאַרגיסונג און שׂינאה, וואָס כאַראַקטעריזירט די הײַנטיקע באַציִונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.
לויט זכאָר רעכיכיל, דער קוראַטאָר פֿונעם „מוזיי פֿון מאַראָקאַנער ייִדישקייט‟ אין קאַסאַבלאַנקע, זענען די ייִדן אַ טייל פֿון מאַראָקאָ זינט די ייִדישע סוחרים זענען געקומען אַהין מיט די פֿעניקער, הונדערטער יאָרן פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין מאַראָקאָ איז נאָך שטאַרקער געוואָרן אין יאָר 1492, ווען די פֿאַרטריבענע ייִדן פֿון שפּאַניע האָבן זיך דאָרט באַזעצט און מיטגעבראַכט זייער סאָפֿיסטיצירטע שטאָט־קולטור. הײַנט וווינען בערך 5,000 ייִדן אין מאַראָקאָ; דער עיקר — אין קאַסאַבלאַנקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.