אָפֿט, ווען מע רעדט וועגן ייִדיש אין דער אַקאַדעמישער וועלט, רעאַגירט מען אויף דעם אויף צווייערליי אופֿנים. דער געבוירענער ייִדיש־רעדער קען זיך אויסדרוקן מיט אַ קרומער מינע, און מיט ביטול קוקן אויף ייִדיש „אין די הויכע פֿענצטער‟ — וואָס ווייסן זיי? טראַכט מען צו זיך. אָבער דער אַמעריקאַנער געבוירענער וואָס קען נישט ייִדיש פֿון דער היים, שטאָלצירט, וואָס מע לערנט ייִדיש אין די אוניווערסיטעטן, ווײַל דאָס ווײַזט אַרויס דרך־ארץ פֿאַר מאַמע־לשון.
במשך פֿון צענדליקער יאָרן פֿונעם ייִדיש־לימוד אין קאָלעדזשעס און אוניווערסיטעטן זײַנען טויזנטער סטודענטן אַרײַנגעטראָטן אין דער ייִדיש־רעדנדיקער קולטור־וועלט, און דאָס איז אַ ממשותדיקע צאָל. ס‘רובֿ ייִדיש־לערער הײַנט קענען ייִדיש פֿונעם אוניווערסיטעט און די זומערדיקע שפּראַך־פּראָגראַמען. אַ וואַקסנדיקער טייל פֿון „פֿאָרווערטס‟־לייענער שטאַמען אויך פֿון דעם סעקטאָר.
האָבן מיר באַשלאָסן, אַז מע דאַרף זיך בעסער און נאָענטער באַקענען מיט די ייִדיש־אַקאַדעמיקער איבער דער וועלט, זיך דערוויסן פֿון זייערע פּראָגראַמען און זייערע ווײַטערדיקע פּלענער; „די הויכע פֿענצטער‟ זאָלן מער נישט זײַן אַזוי הויך, מע זאָל נישט קענען און זיי אַרײַנקוקן.
אינעם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט — אויך באַקאַנט ווי „פּען‟ — אין פֿילאַדעלפֿיע, לערנט מען סײַ די ייִדישע שפּראַך, סײַ די ליטעראַטור. דער ריזיקער „מאַלי און באָב פֿרידמאַן־זאַמלונג‟ פֿון ייִדישע רעקאָרדירונגען געפֿינט זיך אויך אין „פּען‟. שוין צוואַנציק יאָר וואָס דער לימוד ייִדיש געפֿינט זיך אונטערן רשות פֿון דײַטשע שטודיעס, אָבער אין די סוף־1970ער יאָרן, דערציילט פּראָפֿ׳ קאַטרין העלערשטיין, די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין דאָרט, האָט ד״ר חנה קליגער, דעמאָלט אַ גראַדויִר־סטודענטקע אין „פּען‟, אָנגעהויבן צו לערנען ייִדיש אינעם פֿאָלקלאָר־אָפּטייל. נאָך דעם ווי זי איז אַוועק, האָבן דאָרטן געלערנט די שפּראַך ד״ר דוד גאָלדבערג און פּראָפֿ׳ חנה נאָריך איין מאָל אַ וואָך. אַני הקטן האָב דאָרטן געלערנט ייִדיש און ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון 1989 ביז 1991. „פּען‟ איז דעמאָלט געוואָרן באַקאַנט ווי אַ „ייִדישער אוניווערסיטעט‟ מיט אַ גרויסער צאָל ייִדישע סטודענטן, וואָס איז געווען זייער אַקטיוו אין ייִדישע ענינים. אינעם „הילל‟־בנין פֿאַר סטודענטן האָט זיך גערעשט טאָג און נאַכט. ייִדיש האָט באַקומען דעם זעלבן סטאַטוס ווי אַנדערע שפּראַכן, און די סטודענטן האָבן דאָס געקענט ניצן דעם קלאַס פֿאַר זייער געפֿאָדערטן שפּראַך־קורס.
אין האַרבסט 1991 האָט פּראָפֿ׳ העלערשטיין אָנגעהויבן לערנען די שפּראַך־ און אַ ליטעראַטור־קורס אויף ענגליש, און ווען מעגלעך, אויף ייִדיש. דעם זמן האָט זי טאַקע אַזאַ מעגלעכקייט, און זי ניצט העטהער וואַלענסיעס בוך „מיט גרויס פֿאַרגעניגן: הונדערט יאָר ייִדישע ליטעראַטור‟, וואָס האָט בײַגעלייגט 8 קאָמפּאַקטלעך. „דאָס יאָר האָבן זיך געיאַוועט צוויי גראַדויִר־סטודענטן און צוויי ביז־גראַדויִר־סטודענטן וואָס קענען זייער גוט ייִדיש, האָבן מיר אַ קלאַס, וואָס איך לערן אויף ייִדיש, און מיר לייענען די קלאַסיקער אויף ייִדיש; אַן ערנסטער קלאַס‟.
פּראָפֿ׳ העלערשטיין ספּעציעליזירט זיך אין דער ייִדישער פֿרויען־ליטעראַטור, און איר בוך פֿון קריטישע עסייען וועגן די ייִדישע פּאָעטעסעס דערשײַנט דעם האַרבסט. דערצו האָט זי צוגעגרייט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער פֿרויען־ליטעראַטור.
אויף אַ גאַנץ אַנדער טעמע באַטראַכט זי ווי די ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן געקוקט אויף די כינעזער און דער כינעזישער וועלט; אַ פּראָיעקט וואָס זי באַצייכנט ווי „קולטורעלע איבערזעצונג‟. די תּקופֿה, וואָס שייך דער טעמע, איז פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביזן סוף פֿונעם חורבן. אַ לעקציע וועגן דעם אינטערעס צו דער קלאַסישער כינעזישער פּאָעזיע מצד די ניו־יאָרקער ייִדישע פּאָעטן אין די 1920ער יאָרן האָט זי געהאַלטן אין צוגרייטן, ווען מיר האָבן מיטוואָך גערעדט.
דער ייִדישער שפּראַך־לערער אין „פּען‟, סענדער באָטוויניק, האָט אָנגעהויבן צו לערנען אין 1999. ער פֿירט אָן סײַ מיט אָנהייבער, סײַ מיטנדיקע, און די צאָל סטודענטן אינעם האַרבסט־זמן 2012 איז געווען אַזוי גרויס, אַז מע האָט געדאַרפֿט זוכן אַ גרעסערן קלאַסצימער.
„געוויסע סטודענטן וואָס האָב זייער ליב צו זינגען, האָבן געהערט וועגן מײַן קורס, ווײַל איך באַניץ זיך אָפֿט מיט לידער צו העלפֿן לערנען די שפּראַך‟, דערציילט באָטוויניק, וועלכער שטאַמט פֿון אַ באַקאַנטער מאָנטרעאַלער מוזיקאַלישער משפּחה. מחוץ „פּען‟, לערנט סענדער מוזיק און דיריגירט מיטן כאָר אינעם „הר ציון־טעמפּל‟. אין אַפּריל וועט דער כאָר אויפֿטרעטן אין האַווערפֿאָרד־קאָלעדזש מיט אַ פּראָגראַם פֿון, דער עיקר, לידער פֿון מײַן טאַטן, דעם קאָמפּאָזיטאָר דוד באָטוויניק‟.
די ייִדיש־סטודענטן פֿון „פּען‟ ווערן אָפֿט אַקטיוו אין דער אַלגעמיינער ייִדיש־וועלט; אַ סימן, אַז די פּראָגראַם גייט אויפֿן ריכטיקן וועג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.