אַ סאַטיריש ליד וועגן די חסידישע יונגע־לײַט, וועלכע אַנטלויפֿן פֿון ייִדישקייט, איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך געוואָרן אַ גרויסער שלאַגער אויף דער אינטערנעץ.
די ישיבֿה־בחורים, וועלכע האָבן אָנגעשריבן און רעקאָרדירט דאָס ליד ווי אַ ווידעאָ דורך „יו־טוב‟, האָבן עס געטאָן סתּם ווי אַ פּורים־שפּיל פֿאַר זייערע פֿרײַנד און רבנים, און האָבן זיך בכלל נישט געריכט, אַז במשך פֿון אַ וואָך צײַט וועט עס שוין האָבן צוגעצויגן מער ווי 34,000 צוקוקער.
הגם דאָס ליד, וואָס הייסט The Aveirah Song [דאָס עבֿירות־ליד], איז אויף ענגליש, מישט עס אַרײַן אַזוי פֿיל ייִדיש און לשון־קודש, אַז עס נעמט אָן אַ שטאַרק־ייִדישן כאַראַקטער.
אינעם ווידעאָ, טאַנצן די פֿיר כּלומרשט־אָפּגעפֿאָרענע בחורים צום טאַקט פֿון אַ „היפּ־האָפּ‟־ריטעם, און דער הויפּט־זינגער — דער מחבר, בנימין מילער — „באַרימט זיך‟ מיט אַלע זײַנע עבֿירות: ער טוט אָן דעם לינקן שוך פֿאַרן רעכטן; זײַן ווײַב טראָגט אַ שייטל אַנשטאָט אַ טיכל; ער האָט חתונה בלויז בשעת דער ספֿירה…
כּדי צו פֿאַרשטיין דעם הומאָר, דאַרף מען וויסן, פֿאַרשטייט זיך, אַז לויטן דין טוט מען אין דער פֿרי אָן, צו־ערשט, דעם רעכטן שוך; אַז בײַ געוויסע חסידישע שיטות איז אַ שייטל פֿאַררעכנט פֿאַר צו־מאָדערן, און אַז במשך פֿון דער ספֿירה [די זיבן וואָכן צווישן פּסח און שבֿועות] טאָר מען נישט מאַכן קיין חתונות, גיין אויף קאָנצערטן אָדער סתּם זיך משׂמח זײַן.
דאָס ליד באַקומט זיך זייער קאָמיש, ווײַל דער פּאַראָדירטער אָפּגעפֿאָרענער חסיד באַמיט זיך, אויף צו־להכעיס, צו טאָן אַלץ פֿאַרקערט פֿון די חסידים, אַפֿילו אויב דער רעזולטאַט איז אַ נישט־אײַנגענעמער.
דער בלאָגער שלום דין, אַליין אַ געוועזענער חסיד, דערציילט אין זײַן רעצענזיע פֿון דעם ליד,, אַז במשך פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין ברוקלין, פֿלעגט מען רופֿן אַזוינע יונגע־לײַט „נעגל־וואַסער טרינקער‟. נעגל־וואַסער איז דאָס טעפּל וואַסער, וואָס פֿרומע ייִדן וואַשן זיך מיט דעם די הענט, באַלד בײַם אויפֿוועקן זיך. נאָכן אָפּגיסן נעגל־וואַסער ווערט דאָס וואַסער טמא (אומריין) און במילא, נישט־טרינקעוודיק. אַ בחור וואָס רעבעלירט, ווערטלט מען זיך, וועט דאָס וואַסער דווקא יאָ טרינקען.
מילער שפּעט פֿון אָט דעם אויפֿפֿיר, דורך אַ גאַנצער ריי שפּיציקע גראַמען:
I hang around a goyishe oylem
I never do bikur khoylim…
I changed my name to Sam, from Shmuel
I don’t even like erets-yisruel…
I’m the biggest bal-aveiros in der velt
I never give my kids any khanike-gelt…
I only drink giml-koyses
I eat tons of morer without kharoyses…
דער מחבר פֿונעם ליד, בנימין מילער, איז אַן 21־יאָריקער בחור, דערצויגן אין די ליטווישע ישיבֿות פֿון לייקוווּד, וועלכער לערנט זיך הײַיאָר אין דער ירושלימער ישיבֿה, „לבֿ־אַריה‟. טאַקע אין „לבֿ־אריה‟, זיצנדיק בײַ דער גמרא מיט זײַנע פֿרײַנד, איז דאָס ליד באַשאַפֿן געוואָרן.
„ס׳האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ וויץ,‟ האָט מילער דערציילט, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „לערנענדיק מיט מײַן חבֿרותא, האָב איך אָנגעהויבן רעדן מיט אַ חסידישן אַקצענט, און דערנאָך צונויפֿגעשטעלט גראַמען. מיר האָבן אַלע געלאַכט, און מע האָט מיר געהייסן תּיכּף פֿאַרשרײַבן די שורות.‟
דאָס ליד איז אַפֿילו געפֿעלן געוואָרן די רבנים פֿון דער ישיבֿה, און איינער פֿון זיי האָט פֿאַרבונדן מילער מיט איצי בערי, דער זון פֿונעם באַקאַנטן פֿרומען מוזיק־פּראָדוצענט, סוקי בערי, צו העלפֿן אים צונויפֿשטעלן אַ מוזיקאַלישן ווידעאָ.
הגם מילער איז נישט דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים, קלינגט דער ייִדיש בײַ אים זייער נאַטירלעך — מסתּמא ווײַל צווישן 13 און 18 יאָר האָט ער געהערט אַ צאָל שיעורים אויף ייִדיש, און ווײַל זײַן טאַטע איז אַ פֿליסיקער ייִדיש־רעדער.
שרײַבן הומאָריסטישע גראַמען טוט מילער שוין פֿון לאַנג. פּורים פֿלעגט ער גיין פֿון טיר צו טיר זאַמלען געלט פֿאַר דער ישיבֿה, און בשעת־מעשׂה פֿאַרווײַלן די מנדבֿים מיט זײַן „בדחנות‟.
„זיי האָבן מיר געגעבן צדקה, און איך האָב זיי געגעבן אַ ברכה,‟ האָט מילער זיך געחכמהט. ביזן סוף טאָג האָט ער אָנגעזאַמלט לטובֿת דער ישיבֿה צווישן 7 און $8,000.
מילער איז אַ ביסל איבערראַשט וועגן די אופֿנים ווי מענטשן האָבן רעאַגירט אויפֿן ליד. „אויף דער אינטערנעץ לייען איך ווי מענטשן פֿירן גאַנצע שמועסן וועגן דעם ליד: וויפֿל פֿון די עבֿירות זענען מדאורײַתא [פֿון דער תּורה], און וויפֿל — מדרבנן [פֿון דער גמרא]… וויפֿל זענען דינים און וויפֿל מנהגים… כ׳וויל זיי פּשוט זאָגן: הערט אויף צו אַנאַליזירן אַזוי פֿיל!‟
צוויי מענטשן, וואָס האָבן אויף מילער צום מערסטן משפּיע געווען צו שרײַבן און זינגען אין גראַמען, זענען דער באַרימטער חסידישער זינגער, ליפּא שמעלצער, און דער פּאָפּולערער שאַפֿער פֿון לידער און מעשׂיות פֿאַר קינדער — ר׳ שמואל קונדא, וועלכער איז מיט עטלעכע חדשים צוריק נפֿטר געוואָרן צו 65 יאָר.
„ער איז געווען אַ גרויסער מחנך, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ זומער־לאַגער און כ׳האָב שטאַרק הנאה געהאַט פֿון זײַנע מעשׂיות און ׳סי־דיס׳,‟ האָט מילער באַמערקט. צווישן זײַנע באַליבטסטע פֿון קונדאס מעשׂיות, איז איינע פֿון אַ זיידן, וואָס דערציילט די אייניקלעך וועגן זײַנע קינדעריאָרן אויפֿן „איסט סײַד‟; און אַ צווייטע, וועגן אַ כּישוף־יאַרמלקע, וואָס גיט אַ ייִנגל צו מוט, ווען ער טוט עס אָן. „און אַלץ האָט ער דערציילט אויף זייער אַ קאָמישן אופֿן,‟ האָט מילער געזאָגט.
און פֿאַר וואָס האָט מילער דווקא אויסגעקליבן אַ „היפּ־האָפּ‟־נוסח פֿאַר זײַן ליד? „היפּ־האָפּ‟, אָדער „ראַפּ־מוזיק‟ איז אַ זשאַנער, וואָס ניצט ריטעם און גראַם, אַנשטאָט מעלאָדיעס, אויסצודריקן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שטאָט־קולטור.
„איך ווייס, אַז ׳ראַפּ׳ איז נישט אָנגענומען אין דער פֿרומער וועלט,‟ האָט מילער געענטפֿערט. „אָבער ס׳איז אַ סך גרינגער, ווען כ׳דאַרף נישט צוטראַכטן קיין מעלאָדיע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.