דעם 28סטן פֿעברואַר איז אין קיִעוו, אינעם בנין פֿון דער נאַציאָנאַלער נײַעס־אַגענטור “אוקרינפֿאָרם”, פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿונעם לעצטן באַנד אין דער נײַער פֿיר־בענדיקער רוסיש־ייִדישער צוויי־שפּראַכיקער אויסגאַבע פֿון שלום־עליכמס געקליבענע ווערק. אויף די הילעס פֿון די אַלטע רוסישע אויסגאַבעס פֿון שלום־עליכמס ווערק, האָט מען געקאָנט געפֿינען אין יעדער ביבליאָטעק.
די נײַע אויסגאַבע טראָגט אָבער אַן אומגעוויינטלעכן טיטל: “Мир вам” — “שלום אײַך”. אַנשטאָט דעם אָנגענומענעם נאָמען פֿונעם שרײַבער, האָבן די פֿאַרלעגער אים איבערגעזעצט בוכשטעבלעך אויף רוסיש.
אַרקאַדי מאָנאַסטירסקי, דער פֿאַרוואַלטונג־פֿאָרזיצער פֿונעם “אוקראַיִנישן ייִדישן פֿאָנד”, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן די ביכער, האָט דערקלערט אויף דער פּרעזענטאַציע, אַז דער פֿערטער באַנד איז דער לעצטער אינעם קאָמפּלעקט, און אַז די פּרעזענטאַציע איז געווען פֿאַרבונדן מיט שלום־עליכמס געבוירן־טאָג, דעם 2טן מערץ, 1859, אינעם שטעטל פּעריאַסלעוו, נישט ווײַט פֿון קיִעוו. מאָנאַסטירסקי האָט אונטערגעשטראָכן, אַז דאָס לעבן פֿונעם גרויסן גרינדער און קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור איז פֿאַרבונדן מיט אוקראַיִנע.
דער ערשטער באַנד פֿונעם שיינעם מתּנה־קאָמפּלעקט איז אַרויס מיט אַ יאָר צוריק. צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע זענען שלום־עליכמס אויסגעקליבענע ווערק פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם ייִדישן אָריגינאַל, באַגלייט מיט אַ רוסישער איבערזעצונג. מאָנאַסטירסקי האָט איבערגעגעבן, אַז דער פֿאָנד האָט דורכגעפֿירט דעם פּראָיעקט בשותּפֿות מיטן פֿאַרלאַג “אַדעף־אוקראַיִנע” און שלום־עליכמס מוזיי, וועלכער האָט זיך געעפֿנט אין קיִעוו אינעם יאָר 2009, אינעם הויז, וווּ דער שרײַבער האָט אַמאָל געוווינט.
אָלעג גראָסמאַן, דער ערן־פּרעזידענט פֿונעם “אוקראַיִנישן ייִדישן פֿאָנד”, און עדואַרד ראָזענבלאַט, דער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם פֿאָנד, האָבן געגעבן געלט פֿאַרן פּראָיעקט. ביידע זענען זיי באַקאַנטע אוקראַיִנישע מולטי־מיליאָנערן.
יצחק קאָגאַן, דער ישׂראלדיקער פֿאַרטרעט־אַמבאַסאַדאָר אין אוקראַיִנע, האָט געמאָלדן בעת דער פּרעזענטאַציע, אַז שלום־עליכם איז געווען “אַ גרויסער ייִדישער און אוקראַיִנישער שרײַבער”. “דאָס, וואָס ער האָט איבערגעלעבט, האָט אונדזער פֿאָלק איבערגעלעבט צוזאַמען מיט די אוקראַיִנער”. קאַגאַן האָט באַמערקט, אַז אין דער נײַער אויסגאַבע האָט מען “צוריקגעבראַכט”, ווי ער האָט זיך אויסגעדיקט, “די טראַנסקריפּציע פֿון שלום־עליכמס ווערטער אויף עבֿרית — אַ שפּראַך, וואָס דער שרײַבער האָט באַהערשט”.
אירינאַ קלימאָוואַ, די דירעקטאָרין פֿון שלום־עליכמס מוזיי, האָט דעקלערט, אַז אין דער זאַמלונג זענען אַרײַן, דער עיקר, אַזעלכע ווערק, וואָס דערציילט, ווי די ייִדן אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע האָבן געליטן פֿון דיסקרימינאַציע און רדיפֿות.
נישט אַלע ייִדן אין אוקראַיִנע זענען, אָבער, געווען צופֿרידן מיט דעם פּראָיעקט. עליאָנאָראַ גרויסמאַן, די דירעקטאָרין פֿונעם מעדיאַ־פּראָיעקט “דער ייִדישער קיִעוו”, וועלכע האָט זיך באַטייליקט אין דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ בײַ דער פּרעזענטאַציע אינעם “אוקרינפֿאָרם”, האָט געטענהט, אַז דער פּרײַז פֿונעם פֿיר־בענדיקן ביכער־קאָמפּלעקט איז אויסערגעוויינטלעך הויך: 1,600 גריוונעס אָדער כּמעט 200 דאָלאַר. נישט לאַנג צוריק האָט אַן אַנדער פֿאַרלאַג אַרויסגעגעבן אַ באַנד פֿון שלום־עליכמען אויף רוסיש, וואָס קאָסט בלויז 10 גריוונעס.
די באַטייליקטע אינעם פּראָיעקט האָבן עטלעכע מאָל באַטאָנט, אַז דער קאָמפּלעקט איז וויכטיק, קודם־כּל, פֿאַרן אוקראַיִנישן לייענער. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס האָט מען עס אַרויסגעגעבן אויף רוסיש, און נישט אויף אוקראַיִניש? לויט גרויסמאַנס מיינונג, האָט בײַ דער פּרעזענטאַציע געהערשט אַן אַטמאָספֿער פֿון אַ קאָמערציעל געשעפֿט און נישט אַן אוניקאַלן קולטור־פּראָיעקט, ווי מע האָט עס רעקלאַמירט. ווען איינער פֿון די זשורנאַליסטן האָט, געפֿרעגט די אָנפֿירער פֿונעם ביכער־פּראָיעקט, וויפֿל האָט די אויסגאַבע אָפּגעקאָסט, האָט ער באַקומען אַ שאַרפֿן ענטפֿער, אַז “ס׳איז אַ קאָמערציעלער סוד”, און אַז אַזעלכע קשיות איז בעסער בכלל נישט פֿרעגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.