הײַנט הייבט מען אָן ווײַזן אין ניו־יאָרק אַ רירנדיקן פֿילם וועגן צוויי ברידער, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן ווי קליינע קינדער — Here I Learned to Love [דאָ האָב איך זיך געלערנט ווי ליב צו האָבן] רעזשיסירט פֿון אַבֿי אַנגל. זייער נסיעה צוריק צו די ערטער, וווּ עס זענען פֿאָרגעקומען די טראַוומאַטישע געשעענישן זענען פֿאָרגעקומען ברענגט די צוויי ברידער נאָענט צוזאַמען, אפֿשר צום ערשטן מאָל נאָך דער מלחמה.
אַבֿנר און יצחק, צוויי ישׂראלים זענען גאַנץ אַנדערש איינער פֿונעם אַנדערן. ביידע אין זייערע 70ער, האָט אַבֿנר, דער ייִנגערער, אַ חוש פֿון הומאָר וואָס העלפֿט אים אויסשטיין די צרות. אָבער אַ חשבון־הנפֿש בנוגע וואָס ס‘איז מיט אים געשען בעת דער מלחמה, האָט ער נישט געמאַכט. דער עלטערער ברודער יצחק, להיפּוך, איז מער ערנסט, און האָט במשך פֿון זײַן לעבן אַ סך געשריבן און דערציילט וועגן זײַנע איבערלעבונגען. אָבער ס‘איז שוין געקומען די צײַט, באַשליסט אַבֿנר, ווען ער און זײַן ברודער זאָלן צוריקפֿאָרן און צונויפֿשטיקעווען די ברעקלעך פֿון זייערע זכרונות פֿון יענער צײַט.
די נסיעה הייבט זיך אָן אין קראָקע, וווּ זיי געפֿינען דאָקומענטן פֿון זייערע טאַטע־מאַמע, וועלכע זיי געדענקען קוים. דעם בונקער, וווּ זיי האָבן זיך אויסבאַהאַלטן, געפֿינען זיי, אָבער געדענקען נישט ווי אַזוי זיי האָבן זיך געראַטעוועט פֿון דער שטאָט; די אַנטפּלעקונג קומט צום סוף פֿונעם פֿילם. זייער וואַנדערונג האָט זיי ווײַטער געפֿירט צו שטאַלן אויף פּויערישע פֿאַרמען, און, אין פֿילם, נעכטיקן זיי איבער אין אַזאַ שטאַל. אין בודאַפּעשט, האָט זייער „צווייטע מאַמע‟ זיי אַרויפֿגעזעצט אויף אַ באַן, אַ טראַנספּאָרט פֿון קינדער, וואָס האָט געהאַט די דערלויבעניש צו פֿאָרן צו דער שווייץ.
אָבער די באַן האָט זיך אָפּגעשטעלט אינעם לאַגער בערגען־בעלזען און אַ דריטע מאַמע האָט אויף זיי אַכטונג געגעבן, ביז זיי זענען, סוף־כּל־סוף, ווײַטער געפֿאָרן און אָנגעקומען אין דער שווייץ.
די באַציִונגען צווישן די ברידער הייבן זיך אָן גאַנץ פֿאָרמעל, אָבער אין גאַנג פֿונעם פֿילם, ווערן זיי מער אינטים, און זיי האַלטן זיך אַפֿילו בײַ די הענט און לויפֿן צוזאַמען, ווי קליינע קינדער. אַזוינע אינסצענירטע מאָמענטן מאַכן דעם רושם פֿון געקינצלטקייט און דער רעזשיסאָר וואָלט בעסער זיך געדאַרפֿט האַלטן בײַ דעם פּשוטן סיפּור־המעשׂה, ווײַל די געשיכטע אַליין איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע. דערצו איז די מוזיק וואָס מע האָט אויסגעקליבן — זיסע פֿידלען — אַ גאַנץ אויסגעדראָשענע סחורה.
ווען מיר געפֿינען אויס וועגן דעם אָנווער פֿון דער דריטער מאַמע אין שווייץ, פֿאַרשטייט מען ווי צעמישט די קינדער זענען געוואָרן פֿון האָבן גוטע מאַמעס, וואָס האָבן זיי געראַטעוועט איין מינוט, און זענען פֿאַרשוווּנדן, אין דער צווייטער מינוט.
צום סוף פֿונעם פֿילם, קומט קיין ישׂראל אַן אַמעריקאַנער, וועלכער פֿאָרשט זײַן טאַטנס חורבן־געשיכטע און, ווי אַ רעזולטאַט, דערגאַנצט דעם קאַפּיטל פֿון די צוויי ברידער, אין וועלכן זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן קיין בודאַפּעשט. צי קען מען רעדן פֿון אַ פֿריילעכן סוף אין אַזאַ פֿאַל? יאָ, די ברידער זענען אָנגעקומען קיין ישׂראל אין סעפּטעמבער 1945, חתונה געהאַט און אויפֿגעהאָדעוועט קינדער און קינדס־קינדער… אָבער אַזוי פֿיל טײַערע מענטשן האָבן זיי דאָך פֿאַרלוירן אויפֿן וועג.
נישט געקוקט אויף דער סענטימענטאַלער מוזיק און רעזשי, קען מען נישט פֿאַרגעסן די צוויי ברידער, אַבֿנר און יצחק,h און זייערע איבערלעבונגען. I Learned to Love Here עפֿנט זיך דעם 1טן מאַרץ אין Quad Cinema אין ניו־יאָרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.