באַקו, אַזערבײַדזשאַן. — אַנשל פֿעפֿער, אַ שרײַבער פֿון דער צײַטונג „האָרץ‟, האָט איבערגעגעבן, אַז בעת זײַן אַנומלטיקער וואָך-לאַנגער נסיעה בײַם ברעג פֿונעם קאַספּישן ים, האָט ער כּסדר געהערט, אַז אין אַזערבײַדזשאַן איז נישטאָ און קיינמאָל נישט געווען אַנטיסעמיטיזם. ייִדן און נישט-ייִדן, רעגירונג־באַאַמטע און פּאָליטישע דיסידענטן, אָרטיקע תּושבֿים, ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן און רבנים, אַלע באַטאָנען, אַז זיי וווינען אין אַ לאַנד, וווּ ייִדן ווערן וואַרעם אויפֿגענומען.
אַדרבה, ווי עס האָט דערציילט פֿעפֿער, האָט ער אין ערגעץ זיך פֿריִער נישט געפֿילט אַזוי באַקוועם, זײַענדיק אַ ישׂראלי, ווי אין אַזערבײַדזשאַן. ס׳איז באַזונדערס אינטערעסאַנט, ווײַל אַ נסיעה פֿון באַקו, די אַזערבײַדזשאַנער הויפּטשטאָט, ביז איראַן, פֿאַרנעמט בלויז איין שעה. 95 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אַזערבײַדזשאַן זענען מוסולמענער, על-פּי-רובֿ שיִיִטן.
מע דערציילט, אַז ייִדן וווינען אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן אַזערבײַדזשאַן שוין במשך פֿון צוויי מיט אַ האַלב טויזנט יאָר, און האָבן זיך דאָרטן באַזעצט נאָכן גלות-בבֿל. אויב אַזוי, איז ייִדישקייט די עלטסטע רעליגיע אינעם לאַנד. במשך פֿון יאָרהונדערטער, האָבן די אַזערבײַדזשאַנער געליטן פֿון דער גריכישער, פּערסישער, טערקישער און רוסישער אימפּערישער מאַכט. זיי אַליין האָבן אָבער קיינמאָל נישט דאָמינירט איבער די ייִדן.
אינעם בשכנותדיקן איראַן, עקזיסטירט די ייִדישע קהילה טאַקע שוין כּמעט 3,000 יאָר. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט אַמאָל באַטראָפֿן 20 פּראָצענט אין דער אוראַלטער פּערסישער אימפּעריע. ס׳איז קלאָר, אַז די ייִדישע קהילה אין אַזערבײַדזשאַן איז טאַקע זייער אַלט; אין די 1990ער יאָרן האָבן די אַרכעאָלאָגן אַנטדעקט די רעשטלעך פֿון אַן אוראַלט ייִדיש דאָרף לעבן באַקו און אַ שיל אין דער שטאָט קובע — די היים פֿון דער גרעסטער קהילה פֿון באַרג-ייִדן אינעם לאַנד.
די באַרג-ייִדן אין אַזערבײַדזשאַן רעדן אויף אַן אייגענעם דיאַלעקט פֿון דער טאַטישער שפּראַך — אַ וואַריאַנט פֿון פּערסיש. זינט אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט איז אינעם לאַנד פֿאַראַן אויך אַ מערקווירדיקע אַשכּנזישע קהילה. יעווסיי גינדעס, אַ ייִד פֿון קיִעוו, האָט געדינט ווי דער מיניסטער פֿון געזונט-פֿאַרהיטונג אין דער אַזערבײַדזשאַנער דעמאָקראַטישער רעפּובליק פֿון 1918 ביז 1920. זעקס פֿון די 26 באַקו-קאָמיסאַרן, די אָנפֿירער פֿון אַ וויכטיקער אָרטיקער רעוואָלוציאָנערער קאָמוניסטישער גרופּע, זענען געווען ייִדן.
אַחוץ די קאַווקאַזישע באַרג-ייִדן און די אַשכּנזים, וווינען אין אַזערבײַדזשאַן אויך אַראַמיש־רעדנדיקע קורדישע ייִדן און גרים-„סובאָטניקעס‟ — אייניקלעך פֿון אַ גאַנצער גרופּע רוסן, וועלכע האָבן זיך מגייר געווען אינעם 19טן יאָרהונדערט.
אין סטאַלינס תּקופֿה, איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון אַזערבײַדזשאַן שטאַרק געשטיגן. עס זענען אָנגעקומען בערך 100,000 ייִדן פֿון אַנדערע סאָוועטישע רעפּובליקן, אַרײַנגערעכנט אַ סך הויך-געבילדעטע פּראָפֿעסיאָנאַלן. פֿעפֿער האָט איבערגעגעבן, אַז כּמעט יעדער אײַנוווינער פֿון באַקו, ווי מע האָט אים געזאָגט, געדענקט אַ ייִדישן דאָקטער, אַ ייִדישן שול-לערער אָדער אַ ייִדישן אַדוואָקאַט.
אַ סך שיִיִטן גלייבן, אַז דער אימאַם אַלי, מוכאַמאַדס איידעם, און אַנדערע גרינדער פֿון זייער רעגיליע, האָבן גערופֿן צו באַציִען זיך מיט דרך-ארץ צו אַנדערע רעליגיעס. ווען די באָלשעוויקעס האָבן צעשטערט אַ סך מעטשעטן און פֿאַרשפּרייט זייער מיליטאַנטישן אַטעיִזם אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, זענען ס׳רובֿ אַזערבײַדזשאַנער געווען וועלטלעכע מענטשן. פּונקט אין דער סאָוועטישער תּקופֿה, ווי אַ רעאַקציע אויף דער אויפֿגעצוווּנגענער אידעאָלאָגיע, האָבן זיך איבערן לאַנד צעבליט מוסולמענישע גרופּעס.
אינעם יאָר 1991, ווען אַזערבײַדזשאַן האָט דערקלערט אומאָפּהענגיקייט, איז ישׂראל געווען איינס פֿון די ערשטע לענדער, וועלכע האָט באַלד אָנערקענט די נײַע מלוכה. זינט דעמאָלט האָבן די צוויי לענדער געשאַפֿן אַ שטאַרקע סטראַטעגישע אַליאַנץ. מסתּמא, דאָס איז די סיבה פֿון דער וואַרעמער באַציִונג צו די ישׂראלים. דאָס איז אָבער בלויז אַ טייל פֿון די פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צו ייִדן, וועלכע האָבן געהערשט אינעם לאַנד במשך פֿון אַ סך דורות. דער הײַנטיקער פּרעזידענט, אילהאַם היידאַר אַליִעוו, באַזוכט גאַנץ אָפֿט די ייִדישע קהילה-צענטער; ער האָט אַפֿילו באַצאָלט געלט פֿאַר אַ ספֿר-תּורה און געהייסן אויסצוגעבן שטיצע פֿון די מלוכישע פֿאָנדן פֿאַר אַ שיל.
ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז אַזערבײַדזשאַן איז לאַוו-דווקא אַ פֿרידלעך לאַנד. אַ סך אַרמענער און אַזערבײַדזשאַנער האָבן דערהרגעט איינער דעם צווייטן מיט 20 יאָר צוריק, בעת דעם קאָנפֿלינקט אינעם נאַגאָרנאָ-קאַראַבאַך. די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט אָבער כּמעט נישט געליטן פֿונעם דאָזיקן קאָנפֿליקט. אַזערבײַדזשאַן איז אויך ווײַט נישט דער בעסטער בײַשפּיל פֿון דעמאָקראַטיע. דעמאָנסטראַנטן און זשורנאַליסטן, וועלכע קריטיקירט די קאָרומפּירטע סיסטעם, ווערן דאָרטן כּסדר געשלאָגן און אײַנגעזעצט אין טורמעס. די קאָרופּציע איז אָפֿט פֿאַרבונדן מיטן נאַפֿט.
לויט דעם „קאָאָרדיאַנאַציע-פֿאָרום קעגן אַנטיסעמיטיזם‟ — אַ ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿירט אַן אויפֿזיכט אין דער וועלט איבער אַנטיסעמיטישע אינצידענטן — איז אינעם יאָר 2012 גאָרנישט געשען, וואָס צו קריטיקירט אין דעם געביט אין אַזערבײַנדזשאַן. בלויז איין אינצידענט איז געשען אין 2011. וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו, אַ רוסיש-ייִדישער זשורנאַליסט, האָט באַקומען אַנטיסעמיטישע בריוו פֿון אַ צאָל אַזערבײַדזשאַנער פֿאַר זײַן קריטיק, וואָס די אַזערבײַדזשאַנער אַוויאַ-ליניעס האָבן נישט אַרײַנגעלאָזט אַן אַרמענישן פּאַסאַזשיר. בדרך-כּלל, זעט אָבער אויס, אַז ס׳איז טאַקע אַ לאַנד אָן אַנטיסעמיטיזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.