אוקראַיִנע. — מאָנטיק, דעם 4טן מערץ, ווען וואַדים ראַבינאָוויטש, דער באַקאַנטער אוקראַיִנישער גבֿיר און ייִדישער טוער, איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון זײַן ביוראָ, 15:36 אַזייגער נאָכמיטאָג, האָט עמעצער געוואָרפֿן אויף זײַן אויטאָ אַ באָמבע פֿון אַ שכנישן ליידיקן בנין. ראַבינאָוויטש איז באַקאַנט ווי דער פּרעזידענט פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן קיִעווער פֿוטבאָל-קלוב „אַרסענאַל‟, דער מיטפֿאָרזיצער פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן פּאַרלאַמענט‟ און פּרעזידענט פֿונעם „אַלאוקראַיִנישן ייִדישן קאָנגרעס‟. ער איז דער גרינדער און בעל-הבית פֿון דער נײַעס-קאָרפּאָראַציע „אינטערנאַציאָנאַלע מעדיאַ-גרופּע‟ (MIG).
אַ פֿאַרבײַגייערין האָט איבערגעגעבן דער פּאָליציי, אַז זי האָט דערזען אַ מאַן, בערך 30 יאָר אַלט, וועלכער האָט זיך געלאָזט לויפֿן אויף דער גאַס, פֿאַרדעקט זײַן פּנים, ווען די באָמבע האָט דעטאָנירט. דער אויפֿרײַס איז געווען גענוג שטאַרק; אין אַ צאָל בנינים זענען אויסזעזעצט געוואָרן די שויבן, און אין אַ צאָל אויטאָס, וועלכע זענען געווען פּאַרקירט נישט ווײַט, האָט זיך אָנגעצונדן דער אַלאַרעם-סיגנאַל. דער מאַן איז אַרײַנגעלאָפֿן אין אַ הויף לעבן דעם אָרט, וווּ דער אינצידענט איז געשען.
דער אויפֿרײַס-מכשיר האָט געבראַכט אַ היזק דעם אויטאָ; קיינער האָט נישט געליטן. די פּאָליציי האָט באַשטעטיקט, אַז די באָמבע האָט אויסגעזען ווי אַ באַלעם מיט אַ הענטל, אָבער דערווײַל זיך אָפּגעזאָגט צו קאָמענטירן דעם אינצידענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.