אַז קלעזמער־מוזיק איז פּאָפּולער געוואָרן אין דײַטשלאַנד, ווייסט מען שוין; אָבער אַז די פּאָפּולערקייט איז דאָרטן דערגאַנגען אַפֿילו צו דער יוגנט, איז ווייניקער באַקאַנט. במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט זיך באַוויזן אַ דײַטש מיידל, אַ קלאַרנעטיסטקע, וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין קלעזמער־מוזיק און אַרויסגעלאָזט אין יאַנואַר 2013 איר ערשט קאָמפּאַקטל „Spring‟ — „פֿרילינג‟.
זי הייסט פֿראַנציסקאַ, בעסער באַקאַנט ווי פֿראַנזי זעהאַוזען און ז‘איז געבוירן געוואָרן אין קעלן, אין 1991. דאָרטן האָט זי שטודירט דעם קלאַסישן סטיל פֿון קלאַרנעט מיטן מוזיקער דזשאָרדזש ברינקמאַן, אַ דײַטשער קלאַרנעטיסט און קלעזמער, וואָס איז אינספּירירט געוואָרן פֿונעם מוזיקער גיאָראַ פֿײַדמאַן. איין מאָל, נאָך אַ לעקציע, האָט ער איר געגעבן די רעקאָרדירונגען פֿונעם לעגענדאַרן אַמעריקאַנער קלעזמער דייוו טאַראַס און פֿון דער דועט־קאַפּעליע „חופּה‟ מיט סאַנע מאָריקע און קריסטיאַן דאַוויד. „אָט דאָס איז וואָס איך זוך‟, האָט זי צו זיך געטראַכט, נאָך דעם ווי זי האָט זיך צוגעהערט צו זיי. די „ענערגיע‟ וואָס זי האָט געפֿילט בײַם טאַראַס‘ שפּילן האָט זי אַליין געוואָלט אויסדרוקן אויף איר אינסטרומענט.
פֿאַר דעם האָט זי בכלל נישט געהאַט געהערט פֿון קלעזמער־מוזיק; ס׳איז געווען עפּעס אין גאַנצן נײַעס פֿאַר איר, און זי האָט זיך איבערצײַגט, אַז נאָר אַזאַ מוזיק וויל זי שפּילן. כּדי צו ווײַטער לערנען דעם קלעזמער־סטיל האָט זי געדאַרפֿט וואַרטן ביז זי האָט גראַדויִרט פֿון דער מיטלשול, און צו 18 יאָר האָט זי זיך אַריבערגעצויגן קיין בערלין און שטודירט מיט קריסטיאַן דאַוויד, וועלכער איז באַקאַנט געוואָרן ווי דער קלאַרנעטיסט פֿון דער גרופּע „בראַווע אַלטע וועלט‟.
„מײַנע עלטערן האָבן געטראַכט, אַז איך בין אַראָפּ פֿון זינען: זיי האָבן קיין מאָל נישט געהערט פֿון קלעזמער־מוזיק‟, דערציילט זי. זומער 2010 האָט זיך באַטייליקט אין דער פּראָגראַם „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ און תּיכּף געוואָרן אַ טייל פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער „קלעזמער־קהילה‟. „נאָך ווײַמאַר האָב איך געוווּסט אויף זיכער, אַז איך וויל שפּילן קלעזמער־מוזיק‟ און זי איז נאָך צוריקגעקומען יעדן זומער און זיך דאָרטן געלערנט פֿון אַלען בערן, מאַרק קאָוונאַצקי און דאַוויד.
איר דאָרשט פֿאַר קלעזמער־מוזיק האָט זיך נישט געשטילט אין דײַטשלאַנד. איז זי געקומען צום קלעזמער־וואַרשטאַט „קלעזקאַנאַדע‟ אין 2011 און 2012. „אין אַמעריקע קלינגט קלעזמער־מוזיק אַנדערש. די קלאַסישע טרענירונג פֿון קריסטיאַן דאַוויד הערט מען אין זײַן שפּילן, אָבער אין אַמעריקע לערנט מען און מען שפּילט די מוזיק אויף אַן אַנדער אופֿן, אפֿשר צוליב דער השפּעה פֿון דזשעז. „אין ׳קלעזקאַנאַדע׳ האָב איך בכלל פֿאַרבראַכט דאָס ערשטע מאָל געזעלשאַפֿטלעך און קינסטלעריש מיט ייִדן. איך האָב געשפּילט ייִדישע מוזיק מיט ייִדן וואָס האָבן דאָס געשפּילט זייער גאַנץ לעבן, ווי דער קלאַרנעטיסט מײַק ווינאָגראַד. די לעקציעס מיט אים וועל איך נישט פֿאַרגעסן‟.
איידער זי איז אַהיימגעפֿאָרן פֿון „קלעזקאַנאַדע‟, סוף זומער 2012, האָט זי רעקאָרדירט איר קאָמפּאַקטל מיט די בעסטע קלעזמאָרים אין ניו־יאָרק: דער פּײַקלער — אַהרן אַלכּסנדר, דער טראָמבאָן־שפּילער — דן בלאַקסבערג, דער פֿידלער — דזשייק שולמאַן־מענט, און צימבלער — פּיט רושעפֿסקי. סוף יאַנואַר הײַנטיקס יאָר איז זעהאַוזען געקומען קיין ניו־יאָרק און אויפֿגעטראָטן אויף עטלעכע קאָנצערטן אין פֿאַרבינדונג מיט איר קאָמפּאַקטל. דעם 30סטן יאַנואַר איז זי אויפֿגעטראָטן בײַם „קאַוועהויז‟ פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟. צוזאַמען מיט פּיט רושעפֿסקי. דער עולם איז אַהיימגעגאַנגען אַ באַגײַסטערטער פֿון איר שפּילן. פֿעברואַר און אָנהייב מאַרץ איז זי אויפֿגעטראָטן אין דײַטשלאַנד עטלעכע מאָל מיט אַנדערע מוזיקער — מיטן פֿידלער מאַרק קאָוונאַצקי, אַקאָרדיאָניסטין פֿראַנקאַ לאַמפּאַ און באַסיסט ראַפֿאַעל בעקער־פֿאָס. „דאָס אַרויסגעבן אַ קאָמפּאַקטל איז געווען מײַנער אַ חלום, וואָס איז מקוים געוואָרן; אין דער רעקאָרדירונג האָב איך אַרײַנגענומען מײַנע באַליבסטע מוזיקאַלישע שטיקלעך‟.
די רעקאָרדירונג „פֿרילינג‟ הייבט זיך אָן מיט דער „היימישער שער‟ און „דעם טריסקער רבניס חסידל‟, וועלכע זענען באַקאַנט פֿון דייוו טאַראַס‘ רעפּערטואַר, און די קאַפּעליע שפּילט אינעם קלאַסישן אַמעריקאַנער קלעזמער־סטיל, וואָס טאַראַס האָט באַרימט געמאַכט. סײַ בײַ די גיכע פֿריילעכס און בולגאַרס, סײַ בײַ די מער מעדיטאַטיווע שטיקלעך, ווי „פֿאַנטאַזי‟, וואָס ווערט געשפּילט, געוויינטלעך פֿון פֿידלערס, הערט מען ערשט־קלאַסישע קלעזמער־מוזיק אויף „Spring‟.
זעהאַוזען דאַרף נאָך אַ ביסל ווײַטער אַנטוויקלען איר טעכניק, כּדי צו שפּילן אַזוי גלאַטיק ווי טאַראַס. אָבער סע קומט איר אַ יישר־כּוח, וואָס זי האָט דעם מוט צו שפּילן אַזוינע מעלאָדיעס, וואָס יעדער קלעזמער־ליבהאָבער קען אויף אויסנווייניק פֿון די אָריגינעלע רעקאָרדירונגען פֿון די 1920ער יאָרן. זי איז נאָך נישט דערגאַנגען צו דער מדרגה פֿון די סאַמע בעסטע קלעזמער־שפּילער אויף קלאַרנעט, אָבער זי האָט נאָך צײַט ביז דעם ציל צו דערגרייכן, און דער וועג, זעט אויס, צו דעם שפּיץ וועט נישט זײַן אַזוי ווײַט.
פֿראַנזי זעהאַוזען און פּיט רושעפֿסקי טרעטן אויף בײַם „קאַוועהויז‟ פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟, דעם 30סטן יאַנואַר 2013, נ״י
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.