עס זאָל זיך אַזוי נישט טרעפֿן ווי עס טרעפֿט זיך. עס האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז די משפּחה ווינער האָט געלעבט אין שטעטעלע סקאַרסדייל, איינע פֿון די רײַכסטע געגנטן אַרום ניו־יאָרק. דער טאַטע, גונטער ווינער, האָט פֿאַרמאָגט גרויסע געשעפֿטן מיט ברילן און רעמלעך איבערן לאַנד. די מאַמע, ווילהעלמינאַ, האָט געהערט צו אַ גאָלף־קלוב און געשפּילט זייער אָפֿט גאָלף. איינער פֿון די זין, העלמוט, איז געגאַנגען אין אַ פּריוואַטער „סקול” און דער צווייטער, סטעפֿאַן, האָט זיך געלערנט אין אַ מאַנטעסאָרי־„סקול”. די קינדער זײַנען נאָך געווען יונג און טאַטע־מאַמע האָבן געשעפּט גרויס נחת פֿון זיי.
אַלץ איז אָנגעגאַנגען „געמיוטלעך” און פֿרידלעך ביז די מוטער ווילהעלמינאַ האָט זיך איין מאָל אָפּגערופֿן, זיצנדיק לעבן דעם פֿײַער קאַמין:
„ווייסט גונטער טײַערער, איין גרויסע ‘שאַדע וואַס וויר האַבן נור קנאַבן’, ייִנגלעך הייסט עס, איך האָב אַזוי געוואָלט האַבן ‘מיידכען אַוך’, אַבער פֿאַרפֿאַלען, צו שפּעט.”
רופֿט זיך אָפּ דער מאַן רויכרנדיק אַ ליולקע:
„עס „איסט נימאַלס” צו שפּעט מײַן טויערע, „נימאַלס!”
„וואַס האַסטו אין זינען גונטער?”
„צימערן האַבן וויר גענוג יאַ?” האָט גונטער זיך אָפּגערופֿן.
„יאַ! טויערער!” האָט ווילהעלמינאַ צוגעשטימט.
„געלט האַבן וויר גענוג יאַ?”
„יאַ! מײַן ליבער.”
„דינסטן האַבן וויר גענוג יאַ!”
„יאַ!”
„איז וואָס איז דער פּראָבלעם זיסקײַט?”
„וויר קאַנען אַדאָפּטירן.”
„וואָס וועלן מיר אַדאָפּטירן מײַן ליבכען?”
„צוויי מיידעלעך, וועלן זיי זײַן צוויי שוועסטערלעך צו אונדזערע ייִנגעלעך.”
דאָס פּאָר־פֿאָלק האָט נאָך לאַנג געשמועסט געמיוטלעך, זי זיצנדיק בײַם קאַמין און ער רויכרנדיק זײַן ליולקע, ווי עס פֿירט זיך צווישן יעקעס, ביז זיי זײַנען אַזוי געמיוטלעך אײַנגעשלאָפֿן. גליקלעך וואָס דאָס גליק האָט זיי נישט אויסגעמיטן.
אין דער פֿרי האָבן זיי זיך דערמאָנט דעם נעכטיקן שמועס און באַשטימט צו ווענדן זיך צו אַן אַדוואָקאַט וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן ענין אַדאַפּטאַציע. זיי האָבן נישט געוואָלט קיין קליינע קינדער, נאָר מיידעלעך אין זייערע זינס עלטער צווישן צען און צוועלף.
מען האָט אַדורכגענישטערט דאָס לאַנד פֿון אויבן ביז אַראָפּ און געפֿונען צוויי בלאָנדינקעלעך מיט בלויע אויגן. מען האָט זיי געברענגט גלײַך אין שטוב אַרײַן און די משפּחה האָט זיך גענומען פּאָרען אַרום זיי ווי מען פּאָרעט זעל אַרום אַן עופֿהלע. איינער האָט מען אַ נאָמען געגעבן גערטרוד און די צווייטע הילדאַ.
מען האָט זיי באַקליידט און באַשוכט, צוגענומען צו זיי „טוטערס” דאָס הייסט באַהעלפֿער וועלכע האָבן מיט זיי אײַנשטודירט דײַטש און גריכיש, לאַטיין און אַראַביש, דאָס איז די לעצטע מאָדע הײַנט אין די מאָדערנע־אָרטאָדאָקסישע שולעס, דער עיקר האָט מען זיי געשיקט טעגלעך אין אַ שולע — פֿון סקאַרסדייל אַזש קיין ריווערדייל מיט אַן אויטאָבוס.
די מיידעלעך איז אָנגעקומען שווער דאָס לערנען, דער עיקר דאָס אַראַביש. זיי זײַנען נישט געוואַקסן צו הויך און נישט צו זגראַבנע, אָבער באַחנט. די ייִנגלעך ווידער זײַנען געוואַקסן הויך און שלאַנק, זיי האָבן זיך געהאַט זייער אייגענע געזעלשאַפֿט מיט בחורים און מיידלעך אין זייער עלטער. די אַדאַפּטירטע מיידלעך האָבן זיך צוגעטוליעט דווקא נישט צו זייערס גלײַכן.
די ייִנגלעך האָבן געשפילט גאָלף מיט טאַטע־מאַמע, די מיידלעך האָבן ליב געהאַט אַרומצווואַנדערו איבער „בלומינגדיילס” און „לאָרד ענד טיילאָרס,” די ייִנגלעך זײַנען געזעסן אין דער ביבליאָטעק און אײַנגעזאַפּט אין זיך די פּאָעזיע פֿון גהעטע און די ווערק פֿון שילער, בעת די מיידלעך האָבן זיך אַרומגעשלײַערט מיט אַלערליי יאַטן איבער די נאַכט־לאָקאַלן, געטאַנצט די לעצטע טענץ און אַ סך געלאַכט. זייערע חבֿרטעס האָבן גערעדט ענגליש מיט אַ שפּאַנישן אַקצענט. די משפּחה האָט געפֿײַערט סײַ בר־מצוות און סײַ בת־מצוות, פּרובירט זיי צו קאָרמענען מיט ייִדישקייט אויפֿן שפּיץ מעסער, און זיי האָבן זיך געקרימט ווי זיי וואָלטן אײַנגענומען ריצן־אײַל.
מיט דער צײַט האָבן די צוויי ייִנגלעך פֿאַרענדיקט די גימנאַזיעס, און אָנגעקומען אין האַרוואַרד און פּרינסטאָן, די מיידלעך האָבן זיך געפֿוילט צו לערנען ווײַטער, זיי האַט געצויגן די גאַס, זיי האָבן אַרויסגעוויזן אַ נטיעה צו קירכלעכע כאָראַלע פּזמונים.
טאַטע־מאַמע האָבן זיך מיט דער צײַט געזעצט אַרום דעם זעלבן קאַמין און גענומען זיך גריבלען:
„איז וואָס זאָגסטו גונטער, די מיידלעך האָבן נישט אין זיך קיין פּינטעלע ייִד, נישט געקוקט אויף דעם וואָס מען האָט זיי געשיקט אין אַ מאָדערן אָרטאָקסישער שולע.”
דער טאַטע האָט אײַנגעשטימט. וואָזשע טוט מען? איז אויפֿגעשווומען די פֿראַגע.
„וואָס מען טוט? מען דאַרף גיין צו אַ ראַבײַ און הערן וואָס ער האָט צו זאָגן.”
זײַנען זיי אַוועק צום ראַבײַ ראַבינסאָן אין טעמפּל „עמונע שליימע,” און זיך מיט אים אַן עצה געהאַלטן. יענער האָט געגלעט זײַן גלאַטיק פּנים און געפּסקנט”
„נישטאָ קיין אַנדער ברירה ווי זיי חתונה צו מאַכן, אָבער דאָס מאָל צווישן די ליובאַוויטשער, זיי וועלן שוין אײַנפֿלאַנצן אין זיי דאָס פּינטעלע ייִד.”
* * *
י. ל. פּרץ שילדערט דאָס פּינטעלע ייִד בזה האופֿן:
אַ פּינטעלע ייִד איז געגליכן צו גומע־עלאַסטיק. וויל מען — ציט עס זיך אויס, דאַרף מען — ציט עס זיך אײַן. און ייִדישקייט מיינט זען די וועלט דורך ייִדישע אויגן. עס איז נישט לאַנד און נישט שפּראַך.
און וועגן וועלטלעכקייט טענהט פּרץ, אַז מיט אַ פֿרעמדער נשמה קען מען נישט לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.