ישׂראל. — אַ שוואָרעם פֿון בערך אַ מיליאָן היישעריקן איז אָנגעקומען קיין ישׂראל פֿון עגיפּטן. דינסטיק, האָבן די אינסעקטן זיך געהאַלטן קאָנצענטרירט אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון ישׂראל, נישט ווײַט פֿון דער גרענעץ. אַ טייל מענטשן האָבן אָבער איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן געזען די היישעריקן אין אַנדערע ערטער, אַרײַנגערעכנט תּל-אָבֿיבֿ און די געגנט אַרום דעם באַרג כּרמל.
אַ סך אײַנוווינער אין דער געגנט רמת־הנגבֿ, וועלכע האָבן געזען דעם שוואָרעם שוין מאָנטיק, האָבן פֿאַרשפּאַרט זייערע פֿענצטער. דינסטיק בײַנאַכט און מיטוואָך אין דער פֿרי, האָט מען באַשפּריצט די געגנט מיט פּעסטיצידן, פֿון דער לופֿטן און אויפֿן אָרט. צוליב דעם, וואָס דער ווינט האָט אָנגעהויבן בלאָזן אין אַן אַנדער ריכטונג, וועלן קיין נײַע שוואָרעמס פֿון היישעריקן, האָפֿנטלעך, נישט קומען.
נאָך שבת, האָט אַ שוואַרצע כמאַרע פֿון איבער 30 מיליאָן היישעריקן — אַ טייל זענען זיך משער, אַז די רעאַלע צאָל איז אַרום 120 מיליאָן — זיך פֿאַרשפּרייט אין עגיפּטן. דער עגיפּטישער אַגריקולטור-מיניסטער, סאַלאַך אַבאַד אַלמאָמאַן, האָט איבערגעגעבן, אַז די אינסעקטן האָבן געבראַכט אַ היזק אויף אַ סומע פֿון אַ סך מיליאָנען דאָלאַר.
דער אינצידענט איז געשען מיט דרײַ וואָכן פֿאַר פּסח. ווי ס׳איז באַקאַנט, דערציילט די פּסחדיקע הגדה וועגן דער מכּת-אַרבה — דעם ריזיקן שוואָרעם פֿון היישעריקן מיט איבער 3,000 יאָר צוריק. ס׳זעט אויס, אַז די דאָזיקע שעדלעכע אינסעקטן זענען נאָך אַלץ פֿאַרשפּרייט אינעם לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.