ניו־יאָרק. — ראָן פּראָזאָר, דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין דער „יו־ען‟, האָט אָרגאַניזירט אַ חידושדיקע אונטערנעמונג: אַ פּרעכטיקער פּערסיש-העברעיִשער מוזיקאַלישער קאָנצערט, בעת וועלכן דער עולם האָט אַרויסגעוויזן זייער אַ וואַרעמע באַציִונג צו ישׂראל.
ריטאַ, איינע פֿון די פּאָפּולערסטע ישׂראלדיקע זינגער, האָט געזונגען אויף פּערסיש און העברעיִש אינעם זאַל פֿון דער גענעראַלער אַסאַמבלעע, אינעם ניו־יאָרקער הויפּט-שטאַב פֿון דער „יו־ען‟. די זינגערין, וואָס איר פֿולער נאָמען איז ריטאַ יאַהאַן-פֿאַרוז, אין געבוירן געוואָרן אין איראַן, אינעם יאָר 1962. ווען זי איז געווען אַ קליין מיידל, האָט איר משפּחה אימיגרירט קיין ישׂראל; אין די 1980ער יאָרן איז זי געוואָרן זייער פּאָפּולער ווי אַ פּאָפּ-„סטאַר‟. איר מוזיקאַלישע קאַריערע האָט זיך אָנגעהויבן, ווען זי האָט געדינט אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי.
די פֿאַרזאַמלטע דיפּלאָמאַטן האָבן אויפֿגענומען ריטאַ מיט שטאַרקע אַפּלאָדיסמענטן און געבעטן זי צו זינגען נאָך. אַ צאָל ישׂראלים האָבן געטאַנצט אינעם זאַל, און דער גענעראַל-סעקרעטאַר פֿון דער „יו-ען‟, באַן קי מון, האָט באַגריסט דעם עולם מיטן וואָרט „שלום‟. בעת דער אונטערנעמונג, האָט וווּק יערעמיטש, דער פּרעזידענט פֿון דער גענעראַלער אַסאַמבלעע, האָט איבערגעגעבן, אַז ער שטאַמט פֿון דער משפּחה, וועלכע האָט געהאָלפֿן צו ראַטעווען די ייִדן בעתן חורבן און האָט באַקומען דעם טיטל פֿון „חסידי־אומות־העולם‟.
חמי שלו, אַ זשורנאַליסט פֿון „האָרץ‟, האָט פֿאַרגליכן די נאַכט, ווען ריטאַס קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען, מיט „משיחס צײַטן‟ און מיט דעם טאָג, ווען דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין דער „יו-ען‟, חיים הערצאָג, האָט צעריסן אינעם זאַל פֿון דער גענעראַלער אַסאַמבלעע די רעזאָלוציע פֿונעם יאָר 1975, לויט וועלכער ציוניזם ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ פֿאָרעם פֿון ראַסיזם. אין אַ שמועס מיט פּראָזאָר, האָט שלו געפֿרעגט די באַקאַנטע קשיא פֿון דער פּסחדיקער הגדה: „מה נשתּנה הלילה הזה‟ — מיט וואָס איז די הײַנטיקע נאַכט אַנדערש פֿון אַנדערע נעכט? דער אַמבאַסאַדאָר האָט געענטפֿערט, אַז בעת דעם הײַנטיקן אָוונט-קאָנצערט האָבן די פֿאַראייניקטע נאַציעס זיך „טאַקע פֿאַראייניקט אונטער ריטאַס פֿליגל‟.
מיט די דאָזיקע ווערטער, ווי עס האָט דערקלערט שלו, האָט פּראָזאָר געמיינט אַ שורה פֿון ביאַליקס ליבע-ליד „הכניסיני תּחת כּנפֿך‟. ריטאַ האָט געזונגען דאָס דאָזיקע ליד דינסטיק אויפֿדערנאַכט, בעת דעם קאָנצערט, וועלכער האָט געהייסן „מעלאָדיעס פֿון שלום‟. דער באַקאַנטער זאַל, באַצירט מיטן גרויסן סימבאָל פֿון דער „יו־ען‟, איז אויף אַ ווײַל פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן עכטער ראָק-סצענע, מיט רויך-מאַשינען און סטראָבאָסקאָפּישע לעמפּ. דער אַנסאַמבל פֿון נײַן מוזיקאַנטן האָט געזונגען פּערסישע און ישׂראלדיקע לידער, אַ ביסל אויסגעמישט מיטן טעם פֿון דער אַשכּנזישער כּלי-זמרישער טראַדיציע.
פֿאַר אַ סך ישׂראלים און ייִדישע שטיצער פֿון ישׂראל אַרום דער וועלט, ווערט דער דאָזיקער זאַל אַסאָציִיִרט מיט שאַרפֿע רעדעס קעגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. די פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל פֿילן זיך אָפֿט אין אַזאַ אַטמאָספֿער איזאָלירט. דער הײַנטיקער קאָנצערט האָט אָבער געוויזן, אַז די אָפֿיציעלע פֿאָרשטייער פֿון 140 מיטגליד-לענדער און מיטאַרבעטער פֿון דער „יו־ען‟ באַציִען זיך וואַרעם צו דער ישׂראלדיקער קולטור. אַדרבה, אַ סך דיפּלאָמאַטן האָט געבעטן זייערע ישׂראלדיקע קאָלעגן צו פֿאַרבעטן זיי אויפֿן קאָנצערט, אויף וועלכן עס האָבן זיך אויך פֿאַרזאַמלט אַ צאָל עמיגראַנטן פֿון איראַן.
פּראָזאָר איז געקומען אויפֿן געדאַנק צו אָרגאַניזירן אַזאַ אונטערנעמונג, ווען ער האָט באַזוכט ריטאַס קאָנצערט אין ניו-יאָרק, מיט עטלעכע חדשים פֿריִער. ער האָט דערהערט, ווי שיין זי זינגט אויף פּערסיש און העברעיִש, און געבעטן באַן קי מון און יערעמיטשן דורכצופֿירן אַזאַ אָוונט בײַ דער „יו-ען‟; ביידע האָבן מסכּים געווען. אַ טייל אַנדערע פֿאָרשטייער פֿונעם סעקרעטאַריאַט זענען אָבער, צוערשט, געווען נישט צופֿרידן מיט דער אידעע, טענהנדיק, אַז אַזאַ קאָנצערט וועט „שאַפֿן אַ פּרעצעדענט‟ אָדער וועט באַליידיקן אַ צאָל אַנדערע דעלעגאַטן.
נאָך אַ ריי דעבאַטן, האָט די אָרגאַניזאַציע מסכּים געווען דורכצופֿירן די אונטערנעמונג, געשטיצט דורך דער קאַליפֿאָרניער „פֿונדאַציע פֿון דער משפּחה נאַזאַריאַן‟, דער ניו-יאָרקער „איראַניש-אַמעריקאַנער ייִדישער פֿעדעראַציע‟ און דעם ניו-יאָרקער צווײַג פֿונעם „פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּעל‟.
באַן קי מון האָט אָנגעהויבן דעם אָוונט מיט אַ „שלום‟-באַגריסונג און אָנגערופֿן ריטאַ אַ „קולטור-אַמבאַסאַדאָרין‟. דערנאָך האָט יערעמיטש געמאָלדן, אַז ער וועט זײַן דער ערשטער פּרעזידענט פֿון דער „יו־ען‟, וועלכער פּלאַנירט צו באַזוכן ישׂראל, וווּ זײַנע קרובֿים, וואָס שטאַמען פֿון בעלגראַד, סערביע, וועלן באַלוינט ווערן ווי „חסידי־אומות-העולם‟ אינעם ירושלימער חורבן-מוזיי „יד-ושם‟.
פּראָזאָר האָט געזאָגט, אַז ער האָט שוין לאַנג געהאָפֿט צו געפֿינען פֿאַר ריטאַ אַ ברייטע סצענע אין ניו־יאָרק. ער האָט זיך אָבער נישט געריכט, אַז די הויפּט-פֿירער פֿון דער „יו-ען‟ וועלן זי אַזוי וואַרעם באַגריסן. דער אַמבאַסאַדאָר האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז די איראַנער וועלן אויך אָפּשאַצן איר טאַלאַנט.
די פּאָפּולערע ישׂראלדיקע זינגערין איז אויפֿגעטראָטן מיט פֿינף לידער אויף פּערסיש, פֿיר — אויף אַ העברעיִש, און נאָך איין ליד — „Time for Peace‟ („צײַט פֿאַר שלום‟) — אויף ענגליש. ריטאַ האָט דערציילט דעם עולם וועגן אירע קינדער-יאָרן אין טעהעראַן און האָט געזאָגט, אַז זי האָפֿט „צו פֿאַרשפּרייטן די ליבשאַפֿט ברייט און ווײַט‟ צווישן איר אַלטער און נײַער היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.