מעדעלין, אַ שטאָט אין קאָלומביע, איז לעצטנס באַצייכנט געוואָרן ווי די אינאָוואַטאָרישסטע שטאָט אויף דער וועלט אין אַ פֿאַרמעסט דורכגעפֿירט דורך דער אינטערנעץ, און דערבײַ געוווּנען איבער די מער באַקאַנטע מאָדערנע שטעט, ניו־יאָרק און תּל־אָבֿיבֿ.
דער פֿאַרמעסט איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך Citigroup, דעם פּירסום־אָפּטייל פֿונעם „וואָל סטריט דזשורנאַל‟ און דעם Urban Land Institute.
די אָרגאַניזירער האָבן געלויבט די שטאָט פֿאַר האָבן שטאַרק פֿאַרבעסערט די טראַנספּאָרט־מיטלען פֿון אירע אָרעמסטע אײַנוווינער. „מעדעלין האָט דורכגעמאַכט איינע פֿון די דראַמאַטישסטע גילגולים פֿון אַלע שטעט אין דער מאָדערנער געשיכטע,‟ האָט דער אינסטיטוט באַמערקט.
דער אינסטיטוט האָט ספּעציעל געלויבט די שטאָט צוליב איר מאָדערנער קאַבל־באַן־סיסטעם, אירע געראָטענע מיטלען צו פֿאַרבעסערן דעם סבֿיבֿה־מצבֿ און איר נעץ פֿון מוזייען, שולן, ביבליאָטעקן און קונסט־גאַלעריעס, וואָס „באַרײַכערן דעם ציבור‟.
מעדעלין איז ביז איצט געווען צום מערסטן באַקאַנט פֿאַר איר טרויעריק־באַרימטן נאַרקאָטיק־קאַרטעל. אין די 1980ער יאָרן פֿלעג מען באַצייכענען מעדעלין ווי די בלוטיקסטע שטאָט אויף דער וועלט.
איר בירגער־מײַסטער, אַניבאַל גאַוויריאַ, האָט באַטאָנט, אַז די אויסצייכענונג איז „אַ גוטע סיבה פֿאַר וואָס אַלע 2.5 מיליאָן אײַנוווינער פֿון אונדזער שטאָט וואָלטן זיך געמעגט פֿרייען‟.
מעדעלין האָט אָבער דערווײַל נישט אין גאַנצן אויסגעראָטן איר בלוטיקן כאַראַקטער. אין דעצעמבער האָט מען דאָרט אַנטדעקט נײַן מענטשלעכע קערפּערס אין אַ לוקסוס־ווילע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.