חתנס בריוו רופֿט אַרויס טרערן

Groom’s Letter Elicits Tears


פֿון דזשאָו בערגער ניו־יאָרק טײַמס

Published March 07, 2013, issue of March 15, 2013.

אינעם טאָג פֿון זײַן חופּה האָט דער יונגער חתן אָנגעשריבן אַ בריוו צו זײַנע טאַטע־מאַמע, כּדי זיי צו באַדאַנקען פֿאַר דעם וואָס זיי האָבן נישט געשפּאָרט קיין צײַט, כּוח אָדער געלט בײַם באַשטעלן פֿאַר אים אַ פּריוואַטן לערער, צי ברענגען אים צום אויגן־דאָקטער, און אויך שפּעטער, ווען זיי האָבן אים געהאָלפֿן „צו שטײַגן ברוחניות‟ בײַם לערנען תּורה.

אַ קינד פֿאַרשטייט נישט וואָס די עלטערן זענען, און וויפֿל זיי טוען פֿאַר אים, ביז ער האָט אַליין נישט קיין קינדער, האָט דער חתן, נחמן גלויבער, געשריבן מיט בערך אַ יאָר צוריק; און דערפֿאַר בעט ער זיי, זיי זאָלן אים מוחל זײַן, ווײַל „איך האָב ענק, ליידער, אַ סך מצער געווען‟.

ער פֿילט „אַ ציפּ אין האַרץ‟, וואָס ער גייט אַרויס פֿון זייער וואַרעמען הויז, האָט ער געשריבן.

דער בריוו, אויף ייִדיש, איז ספּעציעל רירנדיק, ווײַל גלויבער און זײַן טראָגעדיקע פֿרוי, רייזי, זענען זונטיק פֿאַרטאָג דערהרגעט געוואָרן אין וויליאַמסבורג, ברוקלין, נאָך דעם, ווי אַ שאָפֿער פֿון אַ צווייטן אויטאָ האָט אַרײַנגעקראַכט אין זייער טעקסי. לכתּחילה האָט מען דאָס קינד געראַטעוועט, אָבער דעם צווייטן טאָג איז עס געשטאָרבן.

די געשעעניש האָט שטאַרק פֿאַרטרויערט די סאַטמערער קהילה, ווי אויך ס׳רובֿ ניו־יאָרקער.

(נאָכן אַנטלויפֿן פֿונעם צוזאַמענשטויס, האָט דער שאָפֿער פֿונעם צווייטן אויטאָ, הוליאָ אַסעוועדאָ, זיך מיטוואָך איבערגעגעבן דער פּאָליציי.)

דינסטיק און מיטוואָך האָבן אַ סך חסידים איבערגעשיקט איינער דעם אַנדערן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דעם ייִדישן בריוו, וואָס נחמן האָט געשיקט זײַנע עלטערן. צוליב דעם וואָס זײַנע נאָענטע קרובֿים זיצן איצט שיבֿעה, קען מען נישט אויף זיכער באַשטעטיקן, צי דער בריוו איז טאַקע זײַנער, אָבער עטלעכע באַקאַנטע פֿון דער משפּחה זאָגן, אַז זיי דערקענען זײַן כּתבֿ.

נחמנס בריוו איז אויך מערקווירדיק, ווײַל ס׳רובֿ חסידישע יונגע לײַט שרײַבן נישט אַזוינע וואַרעמע בריוו צו זייערע טאַטע־מאַמע פֿאַר דער חופּה, האָט באַמערקט הרבֿ דוד נידערמאַן, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון די „פֿאַראייניקטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון וויליאַמסבורג‟.

די רעאַקציעס אויפֿן בריוו אין די חסידישע שמועס־זײַטן אויף דער אינטערנעץ גיבן אָנצוהערן, ווי טיף איז דער טרויער פֿון דער קהילה. „איך האָב גאָרנישט צוצולייגן, חוץ אַ פּאָר הייסע טרערן‟, שרײַבט איינער, און גיט צו, אַז ער האָט ממש אויסגעשאָסן אין אַ געוויין, ווען ער האָט געלייענט די ווערטער: „אַלעס וואָס עץ האָט מיך געלערנט און מחנך געווען, וועל איך מיט השי״תס הילף מיטנעמען צו מײַן הויז, און דאָרט מחנך זײַן מײַן שטוב און מײַנע קינדער, וואָס דער באַשעפֿער וועט מיר שענקען…‟