פֿאַקטיש אין דער גאַנצער וועלט, בפֿרט אינעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, ווייסט יעדער איינער, אַז דער אַכטער מאַרץ איז אַ גרויסער יום-טובֿ — דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרויען-טאָג. זינט 1975, האָט די „יו־ען‟ אויך אָנגעהויבן פּראַווען די דאָזיקע דאַטע אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן, און דערקלערט יעדעס יאָר עפּעס אַן אַנדער אַקטועלע טעמע, וואָס האָט צו טאָן מיט פֿרויען.
דאָס מאָל, למשל, האָט באַן קי-מון, דער גענעראַל-סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, באַטאָנט, אַז „ס׳איז געקומען די צײַט צו מאַכן אַ סוף צו גוואַלד-מעשׂים לגבי די פֿרויען‟. דער פֿירער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע האָט דערמאָנט פֿאַרשיידענע שוידערלעכע פֿאַרברעכנס, וואָס זענען אויסגעבראָכן אַרום דער וועלט במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, און שאַרף אויפֿגעטראָטן קעגן דיסקרימינאַציע פֿון פֿרויען אין אַלע פֿאָרמעס. במשך פֿון דער הײַנטיקער און קומענדיקער וואָך, קומען פֿאָר אין פֿאַרשיידענע אָפּטיילן פֿון דער „יו-ען‟ אונטערנעמונגען אין שײַכות מיטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿרויען-טאָג, אַרײַנגערעכנט מוזיק-קאָנצערטן, קאָנפֿערענצן און סאָציאַלע איניציאַטיוון. דער עיקר-טעם איז אָבער אַ ביסל אַ נעגאַטיווער: די דאָזיקע דאַטע ווערט באַטראַכט ווי אַ מין זכּרון-טאָג, ווען מע דערמאָנט פֿאַרשיידענע געפֿערלעכע גוואַלד-טאַטן קעגן פֿרויען.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַזאַ צוגאַנג, ווערט דער אַכטער מאַרץ באַטראַכט אינעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, בדרך-כּלל, ווי אַ לוסטיקער יום-טובֿ, אַ קאָמבינאַציע פֿונעם אַמעריקאַנער „מוטערטאָג‟ און דעם „וואַלענטין-טאָג‟. קליינע מיידלעך, באַליבטע און כּלות, מאַמעס און עלטערע באָבעס באַקומען מתּנות, בלומען און באַגריס-קאַרטלעך. ווי דער שטייגער איז אין רוסלאַנד, ווערט אַ גרויסער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג — מענער און פֿרויען — היפּש שיכּור. אין אוקראַיִנע האָט זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט אַ נײַע טראַדיציע, צו פּראַווען צוויי טעג יום-טובֿ — סײַ דעם אַכטן מאַרץ, סײַ דעם אַמעריקאַנער „מוטערטאָג‟.
דער דאָזיקער טאָג איז הײַנט נישט באַקאַנט דעם דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער, ווײַל בעת דער קאַלטער מלחמה האָבן אַלע אָנדענק-דאַטעס מיט סאָציאַליסטישע שרשים באַקומען אַ שלעכטע רעפּוטאַציע. צום ערשטן מאָל האָט מען אָבער אָפּגעמערקט דעם פֿרויען־טאָג ווי אַ נאַציאָנאַלן יום-טובֿ — דווקא אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אינעם יאָר 1909 — דורך דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, וועלכע האָט דעמאָלט געהאַט אַ שטאַרקן כּוח אין אַמעריקע.
שפּעטער האָט דער דאָזיקער יום-טובֿ זיך פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט, דער עיקר, צוליב דער באַרימטער דײַטשישער קאָמוניסטקע קלאַראַ צעטקין. הגם זי איז נישט געווען קיין ייִדישע פֿרוי, האָט איר משפּחה געשפּילט אויך אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג. איר מאַן, צוליב וועלכן זי האָט באַקומען אַ ייִדישן פֿאַמיליע-נאָמען, איז געווען אָסיפּ צעטקין — אַ ייִדיש-רוסישער רעוואָלוציאָנער, וועלכער האָט צוזאַמען מיטן פּאָעט מאָריס ווינטשעווסקי רעדאַגירט די לאָנדאָנער אַנאַרכיסטישע ייִדישע צײַטונג „דער אַרבעטער-פֿרײַנט‟.
פֿאַר די אַנטיסעמיטן, איז אַזאַ ייִחוס געוואָרן אַ רײַכער קוואַל פֿון ווילדע אויסטראַכטענישן מיט אַ פּורימדיקן טעם — אינעם בוכשטעבלעכן און פֿיגוראַטיוון זין. הײַיאָר האָבן מיר אָנגעהויבן פּראַווען פּורים דעם 23סטן פֿעברואַר; אַגבֿ, ווי אַ טשיקאַווער צופֿאַל, ווערט דער דאָזיקער טאָג באַטראַכט אינעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד ווי אַן אומאָפֿיציעלער מענערישער עקוויוואַלענט פֿונעם פֿרויען-טאָג. אָפֿיציעל איז עס געווען „דער טאָג פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי‟; ווי באַלד ס׳רובֿ יונגע-לײַט אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט געדינט אינעם מיליטער, האָט ער זיך פֿאַרוואַנדלט אין מין „מענער-טאָג‟.
פֿון צײַט צו צײַט, פֿאַלט פּורים אויס פּונקט דעם 8טן מאַרץ. פֿאַר אַן אַנטיסעמיט איז עס, אַוודאי, נישט קיין פּראָסטער צופֿאַל. ייִדן שיכּורן — און די קאָמוניסטן שיכּורן; ייִדן גיבן משלוח־מנות און מאַכן אַ גאַנצן קאַרנאַוואַל — און אַזוי פֿירט מען זיך אויף אין די קאָמוניסטישע קרײַזן. און — אַחרון אַחרון חבֿיבֿ — דערמאָנען די ייִדן זייער העלדין, אסתּר, און די קאָמוניסטן דערמאָנען עפּעס אַ פֿרוי — קלאַראַ צעטקין — וואָס קלינגט אויך ווי אַ ייִדישע.
אַנדריי קוראַיעוו, אַ רעכט-געשטימטער פּראָוואָסלאַוונער גלח, באַקאַנט מיט פֿאַרשיידענע קסענאָפֿאָבישע געדאַנקען, האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק פֿאַרשפּרייט אין רוסלאַנד אַן אַנטיסעמיטישע טעאָריע, לויט וועלכער דער סאָציאַליסטישער פֿרויען־טאָג איז בעצם דער ייִדישער פּורים. פֿאַרוואָס האָבן די לינקע באַשטימט צו פּראַווען דעם פֿרויען-טאָג דווקא דעם 8טן מאַרץ? דעם דאָזיקן טאָג, אינעם יאָר 1908, זענען 15,000 ניו־יאָרקער פֿרויען אַרויסגעגאַנגען אויף אַ גרויסער אַרבעטער-דעמאָנסטראַציע. לויט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער פֿאָלק-מעשׂה, איז דעם זעלבן טאָג דורכגעגאַנגען אַ פֿרויען-דעמאָנסטראַציע אין אַמעריקע נאָך פֿריִער, אין 1857.
פֿאַר אַ פֿאַרביסענעם אַנטיסעמיט איז אַזאַ ידיעה אָבער נישט גענוג. ווען די אַמעריקאַנער סאָציאָליסטישע פּאַרטיי האָט געפּראַוועט צום ערשטן מאָל דעם-אָ יום-טובֿ, איז געווען שושן-פּורים. אַ סך פּאַרטיי-מיטגלידער זענען טאַקע געווען ייִדן. „אַהאַ‟, מאַכט קוראַיעוו אַ גאַנצע ריי אויספֿירן: סײַ דער 8טער מאַרץ, סײַ דער 23סטער פֿעברואַר מוזן זײַן באַהאַלטענע וואַריאַציעס פֿונעם ייִדישן יום-טובֿ — ממילא, טאָר אַן עכטער פּראַוואָסלאַוונער קריסט אַזעלכע דאַטעס בשום־אופֿן נישט אָפּמערקן. נײַע „חידושים‟ אַרום דער דאָזיקער טעאָריע פֿאַרשפּרייטן זיך יעדעס יאָר אויף רוסישע אַנטיסעמיטישע וועבזײַטן.
לאָמיר אָפּלאָזן די אַנטיסעמיטן צו רו. ס׳רובֿ רוסן, אַפֿילו אַ סך פּראַוואָסלאַוונע, האַלטן אים פֿאַר אַ צעדרייטן פּאַיאַץ. פֿון דער ייִדישער פּערספּעקטיוו וואָלט געווען דווקא טשיקאַווע, אויב דער 8טער מאַרץ שטאַמט טאַקע פֿון פּורים. קיין ערנסטע אויפֿווײַזן פֿון אַזאַ פֿאַרבינדונג זענען אָבער, צום באַדויערן, נישטאָ. פֿון אַלע ייִדישע יום-טובֿים איז פּורים זיכער דער סאַמע „ווײַבלעכער‟ טאָג. די הויפּט-העלדין איז אַ ייִדישע פֿרוי, וואָס פֿאַרשיידענע מפֿרשים אַסאָציִיִרן זי מיט אַזעלכע אַנדערע ייִדישע העלדינס, ווי יעל און יהודית.
רבי מנחם-עזריה מפּאַנו, אַ גרויסער איטאַליענישער מקובל, דערקלערט, אַז יהודית איז געווען אַ גילגול פֿון יעל. ביידע פֿרויען האָבן אויסגענוצט זייער ווײַבערישן צויבער-כּוח, כּדי צו דערהרגענען אַ טויטלעכן שׂונא. לויט די לעגענדעס, האָט יעל זיבן מאָל געהאַט סעקס מיט סיסרא — אַ שטאַרקער מיליטערישער פֿירער און אַ שׂונא פֿון ייִדן, קעגן וועלכן עס האָט געהאַלטן אַ מלחמה אַן אַנדער באַרימטע ייִדישע העלדין — דבֿורה הנבֿיאה. צום סוף, איז דער מלך אײַנגעשלאָפֿן, האָט יעל אַרויסגענומען אַ פֿלעקל פֿון סיסראס געצעלט, און מיט איין קלאַפּ דורכגעשטאָכן זײַן קאָפּ אויף דורך און דורך.
יהודית האָט פֿאַקטיש איבערגעחזרט די זעלבע מעשׂה מיטן בייזן מלך האָלאָפֿערניס. ס׳רובֿ מפֿרשים האַלטן אָבער, אַז זי האָט נישט געמוזט האָבן קיין אינטימע באַציִונג מיט אים. דער מלך האָט פֿאַרזוכט אַ קעז-מאכל, וואָס זי האָט פֿאַר אים צוגערייגט, און באַלד אײַנגעדרימלט. דער ספֿר „בני-ישׂשכר‟, איינער פֿון די באַקאַנטסטע חסידישע ספֿרים, דערקלערט, אַז אסתּר איז געווען אַ גילגול פֿון יעל. אויב אַזוי, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַסתּר אַ „קווינטעסענץ‟ פֿון ייִדישער פֿרויען-העלדישקייט, אַן אוראַלטע רעוואָלוציאָנערקע, וועלכע האָט געמוזט פֿאַרלאָזן איר משפּחה, חתונה צו האָבן מיט אַ פֿרעמדן קיניג און אײַנשטעלן איר לעבן מיט סכּנותדיקע בקשות, כּדי צו ראַטעווען איר פֿאָלק.
אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, פֿון זייער זײַט, פּרוּוון אויך צו פֿאַרבינדן פּורים מיטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿרויען-טאָג. למשל, מיט אַ יאָר צוריק האָט דער „ייִדישער פֿרויען-אַרכיוו‟ (JWA), אַ פֿעמיניסטישע אָרגאַניזאַציע, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם. דער זעלבער געדאַנק האָט זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט אויף אַ גאַנצער ריי ייִדישע בלאָגן, ווײַל אינעם יאָר 2012 איז פּורים צונויפֿגעפֿאַלן מיטן 8טן מאַרץ.
אַגבֿ, נאָך אַ וואָרט וועגן איטאַליענישע רבנים. רבי יהודה מינץ, וועלכער האָט געלעבט אין פּאַדווע, איטאַליע, אינעם 15טן יאָרהונדערט, האָט געפּסקט אין זײַנע שאלות-ותּשובֿות, אַז אַ מאַן מעג טאַנצן מיט חתונה-געהאַטע פֿרויען בלויז פּורים. אַ צאָל אַנדערע רבנים פֿונעם זעלבן לאַנד האָבן געהאַט ענלעכע דעות. די טענצערינס פֿלעגט זיך אָפֿט אָנטאָן ווי מענער און די טענצער — ווי פֿרויען. ס׳זעט אויס, אַז פּורים אין איטאַליע איז אַמאָל טאַקע געווען אַ מין טאָג פֿון פֿרויען-פֿרײַהייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.