מײַן זיידע, זאָל לעבן, לייענט דעם “פֿאָרווערטס” שוין עטלעכע יאָר, ניט פֿון ייִדישיסטישע אָדער אידעאָלאָגישע סיבות, נאָר דער עיקר דערפֿאַר, ווײַל מיר האָבן פֿאַר אים אַבאָנירט די צײַטונג און ווײַל אַ מאָל דרוקט דאָרט זײַן אייניקל אַן אַרטיקל. פֿאַר זײַן געשמאַק איז דער “פֿאָרווערטס” צו אַ רעכטע, אַ בורזשואַזנע צײַטונג, אָנגעפּיקעוועט מיט רעאַקציאָנערע מיינונגען און אָרטאָדאָקסישן פֿאַנאַטיזם. ער געדענקט נאָך דעם “פֿאָרווערטס” פֿון אַ מאָל, פֿאַר דער מלחמה, וואָס מע פֿלעגט אויך פֿאַרקויפֿן אין פּוילן: אַ גרויסע צײַטונג וואָס איז דערשינען יעדן טאָג, דיק ווי אַ בוך. אָבער ער פֿלעגט אים דעמאָלט אויך ניט לייענען, ווײַל די צײַטונג האָט אין יענע יאָרן דאָך געפֿירט אַ ביטערן קאַמף קעגן די לינקע.
פֿאַר דער מלחמה זײַנען די פּוילישע קאָמוניסטן געווען אַן אומלעגאַלע פּאַרטיי. די האַלב־פֿאַשיסטישע פּוילישע רעגירונג האָט זיי כּסדר גערודפֿט, זיי פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסה, און חושד געווען אַלע ייִדן אין קאָמוניסטישע סימפּאַטיעס, כאָטש די צאָל ייִדן אין דער פּאַרטיי איז געווען זייער אַ קליינער אין פֿאַרגלײַך מיט דער צאָל ייִדן אין לאַנד — איבער 3 מיליאָן. דערצו האָבן די פּוילישע קאָמוניסטן געליטן רדיפֿות מצד דער אייגענער פּאַרטיי: סטאַלין האָט זיי חושד געווען אין טראָצקיזם און געמיינט, אַז אין זייערע רייען געפֿינען זיך צו פֿיל פּראָוואָקאַטאָרן. האָט ער אין 1938 אויפֿגעלייזט די פּוילישע קאָמוניסטישע פּאַרטיי און ליקווידירט די גאַנצע פֿירערשאַפֿט. צום גליק איז דער זיידע נאָר געווען אַ מיטגליד פֿון דער יוגנט־אָרגאַניזאַציע און האָט ניט געליטן דערפֿון.
ווי אַזוי דער זיידע איז געוואָרן אַ קאָמוניסט, האָב איך פֿון אים קיין מאָל קיין פּרטים ניט אַרויסבאַקומען. דאַכט זיך, אַז ער איז פֿריִער געווען אַ מיטגליד פֿון “השומר הצעיר” און אַז דאָרט האָט ער זיך באַקענט מיט דער לינקער חבֿרה. איך האָב געפּרוּווט אַ סך מאָל אים אינטערוויויִרן וועגן זײַן יוגנט־געשיכטע, אָבער יעדער שמועס איז געגאַנגען בערך אַזוי:
איך: זיידע, וואָס האָסטו געטאָן ווען דו ביסט יונגערהייט אָנגעקומען אין וואַרשע? וווּ האָסטו געאַרבעט?
זיידע: ווילסט אַ שטיקל ברויט?
איך: איך בין ניט הונגעריק, אַ דאַנק… צי איז געווען אַ ייִדישער קוואַרטאַל? וווּ האָסטו געוווינט?
זיידע: ווילסט מער קעז? נעם נאָך אַ שטיקל קעז.
איך: איך קען ניט עסן מער קעז, ס’איז מיר ניט גוט פֿון אַזוי פֿיל קעז. אפֿשר נאָך אַ ביסל וואַסער.
זיידע: דו ווייסט וווּ ס׳איז דאָ וואַסער?
איך: איך ווייס. [איך ברענג פֿון פֿרידזשידער אַ פֿלעשל וואַסער] זיידע, וואָס האָט מען געטרונקען אין יענע יאָרן? נאָר וואַסער?
זיידע: יום־כּיפּור זײַנען די רעסטאָראַנען געווען פֿול געפּאַקט מיט בונדיסטן און קאָמוניסטן. מע פֿלעגט זייער גוט פֿאַרברענגען, הוליען שעהען לאַנג.
איך: וואָס פֿאַר אַ רעסטאָראַן איז דאָס געווען, אַ ייִדישער צי אַ גוייִשער?
זיידע: לאָז אָפּ פֿון די נאַרישקייטן. דו דאַרפֿסט געלט? איך וועל דיר געבן אַ פּאָר שקלים.
איך: איך האָב גענוג געלט, זיידע. איך בין אַ גראַדויִר־סטודענט, די מיליאָנען וואַקסן אין באַנק… מיט וואָס האָבן די יונגע קאָמוניסטן זיך פֿאַרנומען? מיט פּאָליטישער אַגיטאַציע?
זיידע: פֿאָר שוין אַהיים! דו ביסט נישט אין אַמעריקע, ס׳איז באַלד שבת און די אויטאָבוסן וועלן אויפֿהערן פֿאָרן.
איך: ס׳איז 10 אַ זייגער אין דער פֿרי, זיי וועלן נאָך פֿאָרן 6־7 שעה!
זיידע: האָסט געקויפֿט עסן אויף שבת? די געשעפֿטן וועלן זײַן פֿאַרמאַכט. [זידלווערטער]
איך: איך האָב עסן, אַ סך עסן — צו פֿיל עסן.
זיידע: פֿאָר שוין אַהיים, עס ווערט שפּעט!
איך: נו, גוט… גוט שבת, זיידע!
זיידע: שבת מיט די אַלטע באַבעס…
ווען דער זיידע האָט אויפֿגעהערט זײַן אַן אמתער קאָמוניסט איז מיר אויך ניט קלאָר. נאָכן אָנהייב פֿון דער מלחמה האָט ער געלעבט אונטער דער סאָוועטישער אָקופּאציע און ביז 1958 — אין ראַטן־פֿאַרבאַנד גופֿא. דאָרט האָט ער זיך באַקענט מיטן קאָמוניזם ניט בלויז טעאָרעטיש, נאָר בפּועל־ממש, און דווקא בשעת די “שוואַרצע יאָרן” פֿון סאָוועטישן ייִדנטום, ווען סטאַלין האָט פֿאַרשניטן די ייִדישע קולטור. ער איז שוין ניט געווען קיין פּאַרטיי־מיטגליד און ער האָט אויסגעניצט די געלעגנהייט סוף 50ער יאָרן צו עמיגרירן, קודם קיין פּוילן, און דערנאָך קיין ישׂראל, וווּ ער וווינט ביזן הײַנטיקן טאָג.
פֿון דעסטוועגן, איז ער פֿאָרט קיין גרויסער ציוניסט ניט געוואָרן. יאָרן לאַנג פֿלעגט ער אין ישׂראל אויך שטימען פֿאַר דער היגער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. ניט לאַנג האָב איך גערעדט מיט אים וועגן די איצטיקע ישׂראל־וואַלן און ער האָט איבער זיי זיך געפֿרייט: “די פֿאַשיסטן האָבן געקריגן אַ קלאַפּ אין קאָפּ!”
יונגערהייט, דאַרף איך זאָגן, האָב איך אין עטלעכע פּונקטן מחולק געווען מיטן זיידן. אין קאָלעדזש בין איך אַפֿילו געווען אַ קורצע צײַט פּרעזידענט פֿון די אוניווערסיטעט־רעפּובליקאַנער, און מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָב איך עקספּערימענטירט מיט פֿרומקייט: פֿאַרלאָזט זיך אַ בערדל, געגאַנגען אין שיל — נאָך איידער איך האָב געוווינט צוויי יאָר אין אַ חסידישער געגנט. קיין שלעכט וואָרט האָט דער זיידע קיין מאָל ניט געזאָגט וועגן מײַנע עבֿירות, אָבער זײַן מיינונג האָט ער גענוג אָפֿט און בולט אויסגעדריקט: “נאַרקאָטיק איז סם פֿאַרן פֿאָלק, פֿאַר די מענטשן; און רעליגיע איז דער זעלבער סם”. דערווײַל האָב איך זיך אַליין אָפּגעוווינט פֿון יענעם סם, כאָטש איך בין נאָך ניט גרייט אָנצוהייבן אַ קאַמפּאַניע קעגן רעליגיע צווישן מײַנע פֿרומע חבֿרים. זאָלן זיי גלייבן געזונטערהייט, אַבי זיי טשעפּען ניט קיין אַנדערע.
וואָס שייך דער פּאָליטיק, האָט דער זיידע זיך נאָך ניט אונטערגעגעבן. מער ווי איין מאָל האָט ער מיר פֿאַרזיכערט: “דער קאָמוניזם — ער וועט נאָך קומען! אפֿשר ניט הײַנט, אפֿשר ניט מאָרגן, אָבער סוף־כּל־סוף וועט ער מוזן קומען; ווײַל ס’איז ניט ריכטיק, אַז איין מענטש זאָל האָרעווען שווער און קריגן וואַסער אויף קאַשע, בשעת אַ צווייטער אַרבעט ניט און לעבט אַ גוטן טאָג. וווּ איז יושר?” ווען ער האָט דאָס געזאָגט, האָב איך זיך שפּעטער געכאַפּט, אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל אין מײַן לעבן וואָס איך הער אַזאַ פּשוטן שׂכל. געוויינטלעך, רעדט מען אַרום דעם ענין און מען פֿאַרטושט אים מיט כּל־מיני פֿוילע תּירוצים: דאָס לעבן איז ניט יושרדיק, גלײַכקייט איז אוממעגלעך, אַן אַנדער סיסטעם וועט ניט אַרבעטן און נאָך און נאָך. אָבער בעצם האָט דער זיידע אַרויסגעזאָגט אַ פּשוטן אמת, וואָס די גאַנצע וועלט האָט כּמעט ווי פֿאַרגעסן: די עקאָנאָמישע סיסטעם איז זייער ניט יושרדיק און סוף־כּל־סוף וועלן מיר זי דאַרפֿן צו רעכט מאַכן. ווי אַזוי די אויסגעבעסערטע סיסטעם וועט הייסן, קען מען נאָך ניט זאָגן; מסתּמא וועט זי ניט הייסן קאָמוניזם. אָבער אַז זי וועט סוף־כּל־סוף קומען, און ניט לאָזן וואַרטן אויף זיך צו לאַנג — דאָס גלייב איך אויך. פֿון די אַלע שמועסן וועגן ברויט און קעז און אויטאָבוסן האָב איך פֿאָרט עפּעס אָפּגעלערנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.