מיזרחדיקע ייִדן אויף דער אינטערנעץ

Jewish-Arabic story online

פֿון ייִט״אַ

Published March 08, 2013, issue of March 15, 2013.

סאַן-פֿראַנציסקאָ. — די סאַן-פֿראַנציסקאָער אָרגאַניזאַציע „JIMENA‟ — „אַלט-געזעסענע ייִדן פֿון מיטל-מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע‟ — האָט געעפֿנט אַ סעריע פֿון 11 וועבזײַטן אויף ענגליש און אַראַביש, געווידמעט דער געשיכטע פֿון ייִדן אין מוסולמענישע לענדער, וועלכער זענען אַוועקגעפֿאָרן פֿון דאָרטן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. יעדע וועבזײַט איז געווידמעט אַ געוויס לאַנד: אַלזשיר, עגיפּטן, איראַן, איראַק, לבֿנון, ליביע, מאַראָקאָ, סיריע, טוניס, תּימן.

דער אינטערנעץ-פּראָיעקט דערציילט אויף אַ לעבעדיקן אופֿן וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין די דאָזיקע לענדער, מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, ווידעאָס, דערציילונגען און מעשׂיות פֿון קאָנקרעטע ייִדן, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון דער אַראַבישער וועלט קיין צפֿון-אַמעריקע. אַ סך פֿון זיי וווינען הײַנט אין קאַליפֿאָרניע. שׂרה לעווין, די דירעקטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט דערקלערט, אַז זייער הויפּט-צוועק איז צו באַקענען די אײַנוווינער פֿון אַראַביש־רעדנדיקע לענדער מיט דער קולטור פֿון די אַמאָליקע דאָרטיקע ייִדן, ווײַל אין אַ סך ערטער ווייסט דער עולם זייער ווייניק וועגן דעם.

לעווין האָט איבערגעגעבן, אַז די איניציאַטיוו איז אינספּירירט געוואָרן פֿון פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן, וועלכע האָבן אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ לעבעדיקע דערציילונגען פֿון דער שארית-הפּליטה און אַנדערע קרבנות פֿון רדיפֿות אַרום דער וועלט. צווישן אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, האָט אויף דעם פּראָיעקט משפּיע געווען די „חורבן-פֿונדאַציע‟ בײַם אוניווערסיטעט פֿון דרום־קאַליפֿאָרניע, געשטיצט דורך סטיווען שפּילבערג.

„JIMENA‟ איז געגרינדעט געוואָרן דורך רעגינאַ וואַלדמאַן, אַ געבוירענע אין ליביע, און דזשאָ וואַכאַד, געבוירן אין עגיפּטן. זיי האָבן באַשלאָסן דאָס צו טאָן נאָך די טעראָר־אַטאַקן אויף די „צווילינג-טורעמס‟ אין ניו־יאָרק, אין 2001.

הגם אין דער מיסיע-אַנאָנס פֿון דער אָרגאַניזאַציע שטייט געשריבן, אַז זי שטעלט דעם ציל „אויסצופֿילן די בלויזן‟ אין דער געשיכטע פֿון אַנטי-ייִדישע רדיפֿות אין מיטל-מיזרח און צפֿון-אַפֿריקע, האָבן די וועבזײַט אויך אַ וויכטיקע קולטורעלע ווערט. ייִדן האָבן שטענדיק געוווינט אינעם דאָזיקן ראַיאָן במשך פֿון איבער 2,000 יאָר, און געשאַפֿן עטלעכע עדות, מיט אוניקאַלע אייגנאַרטיקע טראַדיציעס. גענוג-גרויסע ייִדישע קהילות זענען נאָך אַלץ פֿאַראַן אין טערקײַ, איראַן, מאַראָקאָ און טוניס; אַ קליינע קהילה מיט גאָר אוראַלטע שרשים עקזיסטירט הײַנט אין תּימן. אויף די נײַע וועבזײַטן קאָן מען געפֿינען אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער קולטור פֿון אַמאָליקע און הײַנטיקע מיזרחדיקע ייִדן:

//www.jimena.org